די יארן ווערן דא גערעכנט לויט'ן ציילונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ו), וועלכע נעמט אן אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה שנת ב' לבריאת העולם, און שנת א' האט אנטהאלטן בלויז די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשית. דער ספר סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע רעכענען אנדערש[1]

זעט אויך

  1. נעמליך, אז אדם הראשון הראשון איז באשאפן געווארן ראש שנה שנת 0, און שנת א' האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געווען איין יאר אלט. לויט די שיטה, דארף מען אראפרעכענען צוויי יאר פון די חשבונות. זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 4. פארהאן נאך צדדים אין דעם, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.