רוי:סאווע
די סאָווע, נאַכטפויגל אדער אוילע איז א רויב פויגל וואָס פליט און אקטיוו געווענליך נאר ביינאכט. עס האט ספּעציעלע פעדערן וואָס מאכן נישט קיין קלאנג ווען ס'פליט די פליגלעך. סאוועס פאנגען קליינע זויג-חיות, צום ביישפיל מייז, קיניגלעך, וועווערקעס (אויף אונגארישן דיאלעקט "מאָיקושן") און אפילו קליינע קעץ. קליינע סאוועס שפייזן זיך אויכעט פון פליענדיגע און קריכנדיגע אינזעקטן. סאוועס וואוינען אין נעסטן, אינעווייניג פון די ביימער אדער אין דעכער פון פארשידענע געביידעס, און בפרט אין שייערן אדער אנדערע בנינים וועלכע געפינען זיך אויף פאַרמען. עס זענען פאראן פילצאליגע סארטן סאוועס, מער ווי 200 פארשידענע זגאַלן. סאָוועס זענען פארשפרייט אויף אַלע קאנטינענטן אויסער פון אנטארקטיקע.
גרילצנדע סאווע
| גרילצנדע סאווע | ||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| Gray morph
| ||||||||||||
| וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||
| ||||||||||||
| זגאל | ||||||||||||
|
עטליכע 20, זעט טעקסט | ||||||||||||
| סינאנימען | ||||||||||||
|
Gymnasio קארלא באנאפארטע, 1854 |
די גרילצנדע סאווע איז איינע פון די קלענערע מינים סאוועס (Strigidae) וואס געהערט צום מין Megascops. איין און צוואנציג לעבעדיגע זגאלן זענען באקאנט. אזוי ווי ביי אנדערע סארטן פון דער סאווע, די נקבות זענען היפש גרעסער פון די זכרים. די גרילצנדע סאווע האט א קאמפאקטישער גרייס און קערפער סטרוקטור. זיי זענען 7 צו 10 אינטשעס הויך דורכשניטלעך, און זיי האבן העלבליכע גרינע אויגן און אויכעט געלע. גרילצענדע סאוועס געפינען זיך נאר אין דעם קאנטינענט פון די אמעריקעס.
ווי אלע סאוועס, איז די גרילצנדע סאווע א נאכט־פויגל.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!