ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע

שיסעריי אטאקע אויף ליובאוויטשער חסידים (תשנ"ד)


די ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע איז געווען אן אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען אום י"ח אדר ה'תשנ"ד - דעם 1טן מערץ, 1994, אויף דער ברוקלין בריק, אין ניו יארק סיטי. א לעבאנעזיש-געבוירענער טעראריסט און קאר-סערוויס דרייווער, ראשיד באַז, האט געשאסן אויף א ווען וואס האט געפירט 15 ליבאוויטשער ישיבה בחורים. אין די טעראר אטאקע איז איין בחור, ארי האלבערשטאם הי"ד, אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. דער טעראריסט איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר טורמע.

אריינגאנג צום ברוקלין בריק, וואס טראגט דעם נאמען 'ארי האלבערשטאם מעמאריעל רעמפ'

אינצידענט

 
דער ברוקלין בריק, וואו דער שיסעריי איז פארגעקומען

אום י"ח אדר תשנ"ד פארמיטאג, זענען א גרופע פון 15 ליובאוויטשער ישיבה בחורים געפארן אין א ווען אויפן ברוקלין בריק אויף דעם וועג פון מאנהעטן קיין קראון הייטס. זיי האבן באגלייט דעם אמבולאנס פון ליובאוויטשער רבי'ן, רבי מנחם מענדל שניאורסאן, נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען א קאטאראקט אפעראציע אין דעם מאנהעטן אויער, אויג און האלדז שפיטאל. צוליב זיכערהייט סיבות און די אנגעצויגענע לאגע נאך די 1991 קראון הייטס ראיאטן און א רומאר אז עס איז געווען א פריערדיגע פארזוך צו אטאקירן דעם רבי'ן, איז די רוט פון רבי'נס אמבולאנס געהאלטן געווארן געהיים, און די חסידים זענען אנגעוויזן געווארן צו נעמען א אנדערע רוט[1].

ראשיד באַז האט נאכגעפאלגט דעם רבי'נס אויטא ביז צום ברוקלין בעטערי טונעל, אבער די פּאליציי האט פארשפארט דעם טונעל נאכדעם וואס דער רבי'נס אויטא איז דורכגעפארן. דערפאר האט באז אומגעקערט זיין אויטא און ארויפגעפארן אויפן ברוקלין בריק ראמפּ. ווען ער האט באמערקט די ישיבה בחורים ווי זיי זענען ארויפגעפארן אויפן בריק, בערך 10:24 פארמיטאג[2], האט ער געעפנט הייס-פייער מיט א סוב-מאשין ביקס, און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד[3].

באטראפענע

די קוילן האבן אנגעטראפן און פארוואונדעט פיר בחורים, צוויי פון זיי, ארי (אהרן יוסף) האלבערשטאם (געבוירן י"ט אייר תשל"ז) און נחום ששונקין (סאַסאָנקין) זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן. פינף טעג שפעטער (כ"ג אדר א') איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר.

ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד האלבערשטאם, א משמש ביי די ליובאוויטשער רעביצין. ארי זעלבסט האט אלס קינד געהאט א ספעציעלע שייכות מיט דער רבי[3][4].

טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער לוי', וואס איז פארגעקומען פארנט פון 770 איסטערן פארקוועי, אריינגערעכנט די דעמאלטיגע ניו יארקער גאווערנאר מאריא קאמא, מעיאר פון ניו יארק סיטי רודי דזשוליאני, און נאך פיל פּאליטיקאנטן, וועלכע האבן געקוקט פון א פּאדיום. מער ווי 250 פּאליציי אפיצירן האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דער לויה צו באשיצן פון מעגליכע אינצידענטן.

רבי שלום בער העכט, א קרוב פון דער הלברשטאם פאמיליע, האט געהאלטן א הספד, א זעלטענע זאך פאר ליובאוויטשער וועלכע זענען כמעט נישט מספיד. ער האט אנגעוויזן אויף א טעות וואס איז געפונען געווארן אין א ספר תורה אין די שול פון 770 דעם לעצטן שבת פון ארי'ס לעבן. דאס ווארט "אחד" איז געווען פעלערהאפט געשריבן געווארן, וואס האט געמאכט דעם גאנצן ספר תורה פסול. הרב העכט האט געזאגט אז די אותיות פון דעם ווארט "אחד" זענען די ראשי תיבות פון די הלברשטאם פאמיליע: אהרן, חס"ד (טאטע) און דבורה (מאמע)[5].

דער אויטא האט געפירט ארי פאר א לעצטע טור דורך קראון הייטס, פארביי דער ישיבה אויף טרוי עוועניו וואו ער האט געלערנט, פארביי דעם רבי'נס הויז אויף פרעזידענט סטריט. עס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די הלברשטאם היים אויף איסטערן פארקוויי, וואו משפחה מיטגלידער האבן געריסן קריעה און געמאכט די ברכה "דיין האמת". זיי האבן דערנאך אנגעטאן זייערע מאנטלען און זענען לאנגזאם געגאנגען אראפ איסטערן פארקוועי.

ארי הלברשטאם איז באערדיגט געווארן אין דעם מאנטיפיארע בית עולם אין קווינס, נאנט צו דער ווייב פון ליובאוויטשער רבי'ן. דער דעמאלטיגער פרעזידענט ביל קלינטאן האט פּערזענליך אנגערופן די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן. א וואונדערליכע פּאסירונג ווערט דערציילט איבער ארי, וואו ער האט געשריגן שמע ישראל עטליכע יאר פריער[6].

נחום סאסאנקין, איינער פון די בחורים וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין דער שיסעריי, האט איבערגעלעבט שווערע וואונדן און עס האט געדויערט לאנגע יארן זיך צו ערהוילן. צען יאר נאך דער אטאקע האט ער באקומען רבנות סמיכה אין 2004 אין דער כולל חב"ד ליובאוויטש אין מאריסטאון, ניו דזשערסי[7].

דער טעראריסט

נאך דער שיסעריי האט דער מערדער זיך באהאלטן. דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון דעם ברוטאלן מערדער. צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אים ארעסטירט.

דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באַז, אן 28-יעריגער אימיגראנט פון לבנון וואס האט געוואוינט אין ברוקלין און געארבעט אלס קאר-סערוויס דרייווער. דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן פאר איין מארד און 14 פארזוכן צו מארד. ער איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר אין טורמע[8] און איז געשטארבן אין טורמע אין 2022[9].

לויט באז'ס שפּעטערע הודאות, האט ער בכוונה געצילט אויף די אידישע בחורים צוליב זייער רעליגיע און אלס א רעאקציע אויף דער שחיטה וואס ברוך גאלדשטיין האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אין מערת המכפלה. טראץ זיין אדוואקאט'ס טענה אז די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן פון א טראפיק געפעכט, האט באז שפּעטער מודה געווען אז ער האט פאראויסגעפלאנט די אטאקע און נאכגעפאלגט דעם ווען פון ליובאוויטשן רבי'ן, וועם ער האט געוואלט אומברענגען אלס נקמה.

צוויי אנדערע מענער וואס זענען ארעסטירט געווארן פארן העלפן באַז אויסמיידן פּאליציי נאך דער שיסעריי האבן זיך מודה געווען אין שטערן די פּראקוראר אין דעם קעיס; איינער איז באשטראפט געווארן מיט א קנס פון 1,000 דאלאר, און איטליכער האט באקומען א פינף־יאריגע סוספּענדירטע טורמע־שטראף.

נאכפאלגן

טראץ דעם אורטייל, האט ארי הלברשטאם'ס מוטער, דבורה הלברשטאם, געפירט א פארצויגענע קאמף צו פארזיכערן אז דער אינצידענט זאל אפיציעל קלאסיפיצירט ווערן אלס א טעראר אטאקע און צו אויספארשן מעגליכע מיטבאטייליגטע[10]. אין 1999 האבן די יו. עס. דעפארטמענט אוו דזשאסטיס און די עף. בי. איי. אנגענומען צו עפענען אן אויספארשונג איבער באז, אבער די אויספארשונג האט נישט געברענגט קיין נייע לידס וואס זענען פארבונדן מיט טעראריסטישע ארגאניזאציעס.

אין 2005, נאך איבער זעקס יאר פון דרוק דורך די מוטער און אנדערע, האט דער פ"ש יוסטיץ דעפארטמענט און די FBI אפיציעל רעקלאסיפיצירט דעם שיסעריי אלס אַן אקט פון טעראריזם[11]. א דאנק אירע אנשטרענגונגען זענען אויך דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעצן קעגן טעראריזם אין ניו יארק סטעיט[12].

דבורה הלברשטאם האלט ווייטער אן איר קאמף פאר יושר און פאר דער אמת'ער געשיכטע זאל ווערן דערציילט. זי גלויבט אז די פולע געשיכטע איז נאך נישט דערציילט געווארן און פרעגט ווייטער פראגעס וועגן מעגליכע קאַנספּיראַציעס און ווער עס איז געווען באשיצט דורך די אפיציעלע ווערסיע פון די געשעענישן[13]. אין יולי 2023, האט די אנטי-דעפעמאציע ליגע (עי-די-על) אנגעבאטן א באלוינונג פון $50,000 פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די ארעסט און פאראורטיילונג פון סיי וועלכע מיטבאטייליגטע אדער מענטשן וואס האבן געגעבן קרימינאלע הילף אין דעם מארד פון ארי הלברשטאם[9][14].

א דאנק איר ארבעט, זענען די אויטאריטעטן געווארן מער אויפמערקזאם און סענסיטיוו צו דער פאקט פון דער אידישער געמיינדע'ס שוואכקייט, און האבן צושטייערט געלט פאר נישט-פראפיט ארגאניזאציעס צו פארשטארקן זיכערהייט. צוזאמען מיט דעם דעמאלטדיגן גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי און אנדערע אמטירער, איז דבורה האלבערשטאם געווען אינסטרומענטאל אין איינפירן דעם אנטי-טעראריזם אקט פון 2001, דער ערשטער פון איר סארט אין ניו יארק סטעיט[15]. אין 2009 האט זי באקומען די FBI's ניו יארק דיוויזיע'ס דירעקטאר'ס קאמיוניטי לידערשיפט אווארד[16].

דבורה האלבערשטאם איז געווארן אן אויטאריטעט אויף טעראריזם ענינים און האט נאענטע פארבינדונגען מיט פאליציי באאמטע. זי העלפט רעגלמעסיג טרענירן זיכערהייטס באאמטע אויף טעראריזם-פארבינדענע ענינים, געבנדיג סעמינארן פאר פאליציי און עף-בי-איי אגענטן, פליענדיג צו ארמיי באזעס צו לעקטשערן סאלדאטן, און טרעפנדיג זיך מיט זיכערהייט אפיציעלן פון אויסלאנד[17].

געדענקמאלן

דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום ברוקלין בריק איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי, צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ.

אין 1999 איז אין קראון הייטס געעפנט געווארן דער 'אידישער קינדער-מוזעאום' אויף זיין נאמען און אנדענק[18], און זיין מאמע, דבורה האלבערשטאם, דינט אלס קא-גרינדער און דירעקטאר פון אויסערליכע אפּהאנדלונגען.

אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם איז א מנורה געשטעלט געווארן ביים ברוקלין בריק. דבורה הלברשטאם האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט[19].

אין די הויז פון רעפּרעזענטאטן איז צווישן 2000 און 2003 דריי מאל אויפגעברענגט געווארן א געזעץ איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער, גערופן "ארי'ס געזעץ"[20].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. C.S. Teitelbaum, A Bridge Too Far, Mishpacha Magazine, ‏אפריל 5, 2020.
  2. Ari Halberstam murder - Collection Finding Aid · Clinton Digital Library.
  3. 3.0 3.1 Baila Olidort, Who Was Ari Halberstam? 20 Years Since Terror Strikes On the Brooklyn Bridge, Chabad Lubavitch World Headquarters, ‏מערץ 2, 2014.
  4. נחשפו תמונות חדשות: הרבי גוזר את שערו של ארי הלברשטאם, col.org.il.
  5. 26 Years Later: Remembering Ari Halberstam HY”D - Chabadinfo.com.
  6. When Ari Halberstam Screamed “Shema Yisroel”, COLlive News, ‏מאי 13, 2020.
  7. Faith, Courage and Triumph - Chabad.org.
  8. George James, Bridge Gunman Gets 141-Year Term, New York Times, יאנואר 19, 1995 (  ארכיוו)
  9. 9.0 9.1 ADL Offers $50,000 Reward for Information Leading to Arrest and Conviction of Those Responsible for Murder of Ari Halberstam – ADL].
  10. Shaila K. Dewan, U.S. Decides '94 Attack On Hasidim Was Lone Act, New York Times, דעצעמבער 6, 2000 (  ארכיוו)
  11. 2009 Director’s Community Leadership Awards New York Devorah Halberstam, FBI — New York City, NY.
  12. By LEON KRAIEM, NYC marks 30 years since deadly attack on Brooklyn Bridge, The Jerusalem Post, ‏מערץ 1, 2024.
  13. The untold story of an antisemitic murder on the Brooklyn Bridge, יולי 2, 2024 – The Forward.
  14. ADL Offers $50,000 Reward for Information on Ari Halberstam’s Murder and Co-Conspirators - Chabadinfo.com.
  15. Devorah Halberstam, New York’s terrorism statute should be Ari’s Law: Devorah Halberstam’s long pursuit for justice for her murdered son achieved its goal, New York Daily News, ‏מאי 16, 2023.
  16. "Devorah Halberstam Honored at Director's Community Leadership Award Ceremony at FBI New York". FBI, December 10, 2009
  17. Uriel Heilman, Devorah Halberstam’s path from bereaved mother to counterterrorism authority, Jewish Telegraphic Agency, ‏פעברואר 27, 2014.
  18. Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM.
  19. New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com, 2020.
  20. H.R.4632 - 106th Congress (1999-2000), Congress.gov, Library of Congress;
    H.R.3660 - 107th Congress (2001-2002), Congress.gov, Library of Congress.
    H.R.144 - 108th Congress (2003-2004), Congress.gov Library of Congress.