דרעפט:אוצר הגדולים אלופי יעקב

ווערסיע פון 01:33, 28 מערץ 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
שער בלאט פון אוצר הגדולים, חלק א'

אוצר הגדולים אלופי יעקב איז אַ מאנומענטאלע ניין-באנדיגע ווערק אויף דער געשיכטע פון די גרויסע אידישע פּערזענליכקייטן פון דער תקופה פון די ערשטע גאונים ביז נאך דער פארענדיגונג פון שולחן ערוך און זיינע הגהות. עס איז געשריבן געווארן דורך רבי נפתלי יעקב הכהן קאהן (1884–1971).

ביאגראפיע פון מחבר

 
ר' נפתלי יעקב

רבי נפתלי יעקב הכהן קאהן איז געבוירן געווארן דעם 4טן אקטאבער 1884 אין טעטש, אוקראינע.

ער איז נפטר געווארן דעם 3טן דעצעמבער 1971 אין חיפה, ישראל, אין עלטער פון 87 יאר. ער איז באערדיגט געווארן אין בני ברק.

ער איז געווען דער זון פון משה "מאָריץ" כהן און פּערל "פּעפּי" כהן.

ער האָט געדינט ווי א דיין אין קירליבאַבאַ (Cârlibaba), אב בית דין אין מיהאַפּאַלווא, אונגארן, און שפּעטער ווי א רב אין זיין בית מדרש אין חיפה.

ער איז געווען א גרויסער גאון אין אלע טיילן פון דער תורה און האט אויך געשריבן דעם ספר "סבר נפתלי" עה"ת וש"ס.

ספר אוצר הגדולים אלופי יעקב

דער ספר איז אַן אויספירליכע זאמלונג פון ביאגראפיעס פון טויזנטער פון די גרעסטע רבנים און חכמים פון די גאונים ביז די תקופה נאך דעם שולחן ערוך.

דער ספר באַשטייט פון ניין חלקים. דער ערשטער טייל הייבט אָן מיט "ספר פתח האוצר", וואס איז א מין הקדמה צום גאנצן ספר און האט א באזונדער שער-בלאט. די חלקים זיבן ביז ניין זענען ארויסגעגעבן געווארן אין חיפה.

דער ספר איז ארויסגעגעבן געווארן צווישן די יארן תשכ"ז און תש"ל (בערך 1966-1970).

דרויסנדיגע לינקס