דרעפט:רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי דוד משה אברהם איז געווען א מקובל און רב אין דעם שטעטל ראָהאַטין אין מזרח־גאַליציע. ער איז גערופן געווארן ר' אד"ם (ר"ת פון זיין נאמען), און האָט מחבר געווען אַ ספר "תפארת אדם", און נאָך ספרים, א טייל וואָס זענען געבליבן אין כתב־יד.
ביאגראפיע
כמעט גארנישט איז באוואוסט פון זיין פריע לעבן, בלויז פון זיינע חתימות ווייסן מיר אז זיין פאטער האט געהייסן ר' צדוק. ביי זיין געבורט האט אים זיין פאטער אנגערופן נאר מיטן נאמען 'אברהם', ערשט נאכדעם וואס ער איז קראנק געווארן האט מען אים צוגעלייגט נעמען, און מען האט אים גערופן 'דוד משה אברהם'[1], און די גדולי דורו האבן אים גערופן "רבי אד"ם".
ווערק
פון זיינע כתבים איז ערשינען אין דרוק דאס ספר "מרכבת המשנה", א פּירוש אויף דער מכילתא אויפן ספר שמות, אין לעמבערג, אין תרנ"ב (1892), אַ סך יארן נאך דער פּטירה פון דעם גאון און מקובל. דאס ספר האט הסכמות פון הרב ר' חיים כהן ראַפּאָפּאָרט, אַבדק"ק לעמבערג, און ר' יצחק לאַנדאָ, רב הגליל פון לעמבערג, ווי אויך האט דער מוציא לאור באקומען הסכמה-בריוון פון דעם גאון הרב ר' יוסף שאול נאַטאַנזאָן פון לעמבערג און פון רבי ישכר דוב פון בעלזא. אלע גאונים שרייבן אין די הסכמות גאר גרויס וועגן דעם גאון און מקובל ר' דוד משה אברהם.
אַזוי שרייבט הרב אורי זאב סאָלאַט, אַז דער מחבר איז געווען אַן "איש אלקים קדוש", און ער איז דער מענטש, וואָס האָט געקעמפט מיט זיין שווערד קעגן דער גרופּע שלעכטע מענטשן, ביז ער האָט זיי אינגאַנצן פאַרניכטעט; דאָס זענען די רשעים און טמאים, וואָס זענען געווען אָנהענגער פון דעם רשע שבתי־צבי, או וואָס אין דער שפּיץ איז געשטאַנען אלישע, שם רשעים ירקב, וועלכער האָט געוואוינט אין ראָהאַטין און מען האָט אים גערופן אלישע פון ראָהאַטין... און פון מיין רבין ר' יוסף שאול נאַטאַנזאָן האָב איך געהערט דערציילן וועגן דעם הייליקן מחבר וואונדערלעכע זאַכן, ווי עס האָבן וועגן אים דערציילט אונדזערע הייליקע עלטערן"[2].
אויך זיינע אייניקלעך דערציילן, אַז זיי האָבן געהערט פון זייערע עלטערן, אַז ר' דוד משה אברהם, דער ראָהאַטינער רב, האָט געקעמפט מיט דער כת שבתי־צבי און ער האָט פאַרטריבן אלישע פון ראָהאַטין... "ביז דער פאַרשאָלטענער פאַררעטער האָט זיך געשמדט און איז אַרויס פון אידישן דת"[3].
דער זעלבער הקדמה פון די אייניקלעך פון גאון ר' דוד משה אברהם צו דעם ספר "מרכבת המשנה" ווערן מיר געוואויר, אַז ר' ישראל בעל־שם־טוב איז געווען ביי דעם גאון און מקובל פון ראָהאַטין. דאָרט שטייט געשריבן:
"מרן הבעש"ט זלה"ה בא אליו בכבודו ובעצמו להודיעהו כי על ידו שלחו מן השמים להחזיק לו טובה..." (דער בעש"ט איז אַליין געקומען צו אים און האָט אים געזאָגט, אַז מען האָט אים מודיע געווען פון הימל, אַז דורך אים קאָן ער געהאָלפן ווערן...)
אויך דער אַרויסגעבער פן דעם "מרכבת המשנה" שרייבט[4]:
"איך האָב געהערט פון אונדזערע זיידעס, וואָס זייערע עלטערן האָבן זיי דערציילט, אַז דער בעל־שם־טוב איז געקומען באַזוכן דעם בעל המחבר פון ספר 'מרכבת המשנה', איידער ער איז נפטר געוואָרן, און ער האָט אים באַדינט ווי מען באַדינט אַ תלמיד־חכם. און דער בעש"ט האָט געזאָגט צו אים : בענטש מיך. ער האָט אַרויפגעלייגט אויף אים זיינע הענט און האָט אים געבענטש. און דערנאָך, ווען דער בעש"ט איז אַוועקגעגאַנגען, האָט ער געזאָגט, אַז דער רב וועט מסתמא נפטר ווערן, ווייל איך האָב געזען ווי די פּמליא של מעלה איז אַרויס אים אַנטקעגנצוגיין, און איך האָב געהערט, אַז די הייליקע אין זיין דור האָבן אים גערופן 'אָדם".
אלס רבי אדם בעל שם
לויט הרב מרגלית[5] איז דער נאָמען "אָדם" פון רבי אדם בעל שם, וועלכער ????????? שבחי הבעש"ט ????????????????, א נאמען וואָס איז אַזוי זעלטן אין פּוילן, איז נישט קיין נאָמען פון א מענטשן, נאָר עס רעפערירט צו אונזער רבי דוד משה אברהם.
דאס שטימט נישט אינגאנצן, וויבאלד מיר זען פון דער ציטאַט פון דער הקדמה אז דער בעש"ט איז געווען ביים גאון און מקובל ווען ער איז שוין געווען מפורסם, בעת לויטן "שבחי הבעש"ט", איז דער גאון פון ראָהאַטין נפטר געוואָרן, נאָך איידער דער בעש"ט איז נתגלה געוואָרן.
ביבליאגראפיע
- מנשה אונגער, ר' ישראל בעל שם טוב, ניו יארק, תשכ"ג, עמ' 118-119
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ מיר געפונען ענדערונגען אין די סדר פון די 3 נעמען: על-פי-רוב איז ער גערופן דוד משה אברהם, אבער עטליכע דערמאנען זיין נאָמען אלס 'משה דוד אברהם'...
- ↑ "אשר לחם בזרועו... עם חבר מרעים והניף חרבו, חגר ה' ויכם עד חרמה, הלוי המה הרשעים הטמאים אשר אחזו דרכם דרך רשע ש"צ ימ"י, ובראשם הרשע החוטא אלישע שר"י אשר קננו אז בעיר ראָהאַטין ונקרא אלישע מראָהאַטין ... ומפּי מורי מואהר"ב רי"ש נאַטאַנזאָן שמעתי על המחבר הקדוש הזה נוראות, כאשר ספּרו לנו אבותינו הקדושים ..."
- ↑ "עד אשר הנוכל הארור המיר ויצא מדת ישראל ..."
- ↑ "שמעתי מפּי זקנינו, אשר אבותיהם ספּרו להם, כי הבעש"ט זלה"ה טרם נלקח ארון האלוקים, בעל המחבר, למרום בא לפניו לבקרו ולשמשו בשימוש תלמידי־חכמים. ואמר הבעש"ט להרב המחבר : רבי, ברכני. וסמך שתי ידיו עליו וברכו. ואחרי אשר הלך מאתו לדרכו, אמר הבעש"ט זלה"ה שמע מינה נח נפשיה דרב, כי ראיתי פּמליא של מעלה יצאו לקראתו. ושמעתי כי הקדושים אשר בדורו קראוהו בשם ר' אדם..."
- ↑ אין דעם זשורנאַל "במישור", פון י"ב אייר תש"א.