דרעפט:רבי חיים בן עטר
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי חיים ב"ר משה ן' עטר איז געבוירן געווארן אין דער שטאָט סאלי, מאראקא, אין דעם יאר 1696. ער האט געשטאמט פון א זייער רייכער, לומד'ישער און אנגעזעהענער פאמיליע. זיין זיידע איז געווען זייער רייך, און פלעגט שטיצן תלמידי חכמים. ער איז געווען א גרויסער למדן, און ער פלעגט לערנען תורה מיט אידן אין דעם "בית הכנסת בן עטר" אין דער שטאט סאלי. ער האט געלעבט אַן ערך איבער הונדערט יאר.
דאָס אייניקל האט געפירט זיך ווי זיין זיידע. ער האט געלערנט תורה מיט גרויס התמדה. ער איז געווען באשיידן, זייער פרום, און האט אפילו געפּראוועט סיגופים. ער פלעגט אמאל פאסטן א צוויי דריי טעג נאָכאנאנד. ער האָט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע פצוינייא. זי איז געווען די טאכטער פון זיין רייכן פעטער ר' משה בן עטר. זי פלעגט דאוונען אין טלית און תפילין.
דער "אור החיים" פלעגט זאגן אז דער "רוח הקודש באווייזט זיך אין זייער בית המדרש". אבער נישט געקוקט אויף זיין גרויס לומדות און צדקות האָט ער געהאט קיין גרויסן איינפלוס אויפן דארטיגן אידנטום. ווייל ער האט געהאט שטענדיג פּריוואטע סכסוכים מיט אנגעזעהענע פּערזענליכקייטן פון דער שטאט. די דאָזיגע געקריגערייען האבן געפירט דערצו אז מען האט אים איינגעזעצט אין טערמע עטליכע מאל, און מען האט קאנפיסקירט זיין פארמעגן. און ער האט געמוזט פארלאזן דאס לאנד.
ער האָט געוואָגלט אין פארשידענע שטעט. אין דער שטאָט ליווארני האבן זיך געפונען גבירים וועלכע האבן אים געהאלפן דרוקן זיינע ספרים. זיי האבן אים אפילו געהאלפן גרינדען א ישיבה אין ירושלים.
אין דעם יאר 1742 האט ער געגרינדעט די ישיבה אין ירושלים. דארט האט ער מחבר געווען זיין ספר "ראשון לציון", חידושים אויף די מסכתות: ברכות, סוכה, ביצה, תענית, מגילה, מועד קטן, חגיגה, אויף די לשונות פונעם רמב"ם, אויף די פינף מגילות, נביאים, תהלים, משלי, און אויף אנדערע ענינים. אין ירושלים איז זיין נאמען געווארן באלד גרויס אין די לומד'ישע און פרומע קרייזן. און אפילו אין רוסלאנד, פּוילין איז זיין נאמען געווארן בארימט. ער האט אבער נישט מאריך ימים געווען דארט. ער איז נפטר געווארן דארט פיפצן טעג אין תמוז, אין דעם יאר תק"ג, 1743. ער איז באערדיגט געווארן אויפן "הר הזיתים", און אויך זיינע צוויי פרויען רוען דארט. ער האט איבערגעלאזט קיינע קינדער[1]. די אשכנז'ישע קהילה האט איבערגענומען זיין ישיבה. דער חיד"א, רבי חיים יוסף דוד אזולאי איז געווען איינער פון זיינע תלמידים. ער איז אויך דער מחבר פון "חפץ ה' אויף די מסכתות ברכות, שבת, הוריות, און אויף אנהויב מסכתא חולין; "פּרי תואר", חידושים אויפן שולחן ערוך יורה דעה. אבער זיין בארימט ווערק איז "אור החיים" א פּירוש אויף תורה וועלכער איז געדרוקט אין די חומשים, און אויך אין ספר־פאָרם.
- ↑ די וועלט זאָגט אַז דער "אור החיים" האָט געהאַט דריי טעכטער און קיין זין. פלעגט ער לערנען מיט זיינע טעכטער חומש מיט זיינעם אַן אייגענעם פּירוש, און אַזוי זאָל האָבן געשאַפן גע־ וואָרן דער פּירוש "אור החיים". וואָלטן היסטאָריקער בעדאַרפט דאָס קלאָר מאַכן.