דרעפט:יודל מארק

ווערסיע פון 21:45, 18 פעברואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

יודל מארק (1897–1975), יידישער לינגוויסט, ערציער און פּאליטישער אקטיוויסט. יודל מארק איז געבוירן געווארן אין פּאלאנגע, ליטע (אין דער רוסישער אימפעריע), און איז אויסגעבילדעט געווארן דורך פּריוואטע יידישע לערערס און אין ארטיגע רוסישע שולעס. פון 1915 ביז 1918 האט ער זיך געלערנט אינעם היסטאריש־פילאלאגישן פאקולטעט פון פּעטראָגראַד־אוניווערסיטעט. ער האט געהערט צו דעם אינטעלעקטואַלן קרייז פון היסטאריקער שמעון דובנאוו, וועמענס אנהענגערס האבן געגרינדעט די אידישע 'פאָלקספּארטיי' (העב').

נחום שטיף און זעליג קאלמאנאוויטש האבן אינספּירירט מארק צו לערנען יידיש לינגוויסטיק. פון 1918 האט ער געדינט ווי א פאלקספּארטיי פונקציאנער אין לעטלאנד און ליטע, און איז געווארן סעקרעטאר גענעראל פונעם יידישן נאציאנאלן ראַט אין ליטע אין 1923. ער איז אויך געווען צווישן די אקטיווסטער יידיש־ערציער אין די באלטישע לענדער, און איז געווען דער צענטראלער פיגור אין דער יידישער גימנאזיע אין דער ליטווישער שטאָט ווילקאמיר (היינט Ukmergė). אלס איינער פון די גרינדער פון ייִוואָ האָט ער בייגעשטייערט צו אירע פילאלאגישע אויסגאבעס. דערצו האט ער פון 1930 ביז 1934 רעדאגירט דעם קאוונער טעגליכן "פאלקסבלאט" און געווען א קארעספּאנדענט פארן ניו־יארקער "פארווערטס". ער האט אויך געשריבן לערנביכער און ווערק וועגן ליטעראטור און פּעדאַגאָגיע, און איבערגעזעצט פון דייטש און אנדערע שפּראכן. מארק האט זיך באזעצט אין אמעריקע אין 1936 און דערנאך רעדאקטירט דעם ייווא זשורנאל "די יידישע שפּראך", אנגעהויבן אין 1941.

אַלס איבערגעגעבענער טראדיציאנאליסט, האט מארק זיך אנטקעגנגעשטעלט דאס איינפירן ראדיקאלע רעפארמען אין סיי וועלכע קאמפּאנענט פון דער יידישער קולטור, אנשטאט האט ער געשטיצט דאס אויפהיטן די מזרח־אייראָפּעאישע יידישע טראדיציעס אין דער מאדערנער וועלטליכער אידישקייט. ער האט באטראכט דעם יידישן שרייב־סיסטעם ווי א טייל פון דער יידישער קולטור־ירושה און האט געפילט, אז די כללים זאלן מאדיפיצירט ווערן בלויז מיט גרויס זארג. מארק האט דעריבער אפּגעווארפן קאמפּאנענטן פון מאקס וויינרייכ'ס שפּראך־פּלאנירונג־רעפארמען, בפרט די ראדיקאל-פארענדערטע ארטאגראפיע. ער האָט נישט מסכים געווען מיט אזעלכע צענטראלע נקודות פון דער נייער ייווא אויסלייג ווי די מינימיזירטע באנוץ פונעם "שטילער אלף” און די צעשיידונג פון פּרעפיקס אין אדווערבן. ער האט אויך צענזורירט דעם עקסטרעמען פּוריזם פון וויינרייך און זיינע אנהענגערס, בפרט זייערע פּרואוון צו "רייניגן" יידיש פון אסאך ברייט-באנוצטע ווערטער, וואס זיי האבן באצייכנט "דייטשמעריזמען" – איבעריגע געבארגטע ווערטער פון דייטש.

מארק האט אויסגעדריקט זיין וויזיע פון "כלל־ייִדיש", דעם מאדערנעם יידיש סטאנדארט, אין פילצאליגע ארטיקלען, ווי אויך אין זיין "גראמאטיק פון דער יידישער כלל־שפראך", ערשינען אין 1978 נאך זיין טויט. זיין צוגאנג שפּיגלט זיך מער אפּ אין די ערשטע פיר בענדער פון דער "גרויסער ווערטערבוך פון ייִדישער שפּראך" (ארויסגעגעבן צווישן 1961 און 1980), וואס ער האט רעדאגירט ערשט אין ניו יארק און שפּעטער אין ירושלים. דער ווערטערבוך איז ערשינען מיט אַן אפּלייקענונג פון ייווא, וואס האט נישט געלאזט נוצן דעם אפּדרוק פונעם אינסטיטוט, ווייל די אויסלייגונגען פון די זאמלערס זענען געווען אנדערש פון דער ייווא ארטאגראפיע. נאך מארק'ס טויט, מיסמאַנידזשמענט און אנהאלטנדע וויסנשאפטליכע דיספּיוטן האבן פאראליזירט דעם ווערטערבוך פּראיעקט.

מקור

  • גענאדי עסטרייך, Mark, Yudl, ייווא ענציקלאפעדיע