דרעפט:רבי יעקב קראנץ
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' יעקב ב"ר וואלף קראַנץ איז געבוירן געווארן אין זעטיל, ווילנער גובערניע, אין דעם יאר 1740, און ער איז נפטר געווארן אין זאַמאָשטש, פּוילן, זיבעצן טאג אין טבת, תקס"ה; דעצעמבער 18, 1804.
ער איז דער מחבר פון "אהל יעקב" אויף תורה, "כוכב מיעקב" אויף די הפטרות, "קול יעקב" אויף די פינף מגילות, "אמת ליעקב" אויף דער פּסח הגדה, "ספר המדות". ער איז געווען מגיד אין: מעזעריטש, זשאָלקיעוו, דובנאָ, וולאָדאווא, קאַליש, כעלם און זאַמאָשטש. זיינע משלים זענען וועלט בארימט, און זיי זענען ערשינען אין א באזונדער ספר "משלי יעקב". ער פלעגט אפט קומען קיין ווילנע אויפן פארלאנג פון דעם ווילנער גאון, ער זאל אים זאגן "מוסר". און ער איז באוויסט אלס "דער דובנער מגיד".