באַניצער:תנא קמא/שבחי הבעש"ט
"שבחי הבעש“ט“, דאָס ערשטע ספר צווישן די חסידישע לעגענדע־ספרים מיט די הויפּט־מעשות וועגן בעל־שם־טוב און זיינע תלמידים, איז צום ערשטן מאָל געדרוקט געוואָרן אין קאָפּוסט, אין יאָר 1815, ד. ה. פינף און פופציג יאָר נאָך ר’ ישראל בעל־שם־טובס פּטירה. אין דעם זעלביקן יאָר איז דער ספר איבערגעדרוקט געוואָרן אין באַרדיטשעוו און אין לאַשטשעוו. אַ יאָר שפּעטער, אין 1816, איז „שבחי הבעש“ט“ אַריס אויף יידיש — אן אָוידואָר, קאָריץ, אָסטראָ און לאַשטשעוו. אין משך פון צוויי יאָר זיינען אַרויס דריי אויסגאַבעס אויף העברעאיש און פיר אויף יידיש[1]. דער חסידות־פאָרשער יצחק רפאל האָט צונויפגעשטעלט אַ ביבליאָגראַפיע פון אַלע אויסגאַבעס[2]. מיר איז אויסגעקומען אָנצואווייזן אַז זי איז ניט קיין פולשטענדיקע און צוצוגעבן מילואים[3]. עס באַקומט זיך אַז „שבחי הבעש“ט“ איז געדרוקט געוואָרן אין העברעאיש 26 מאָל, אין יידיש 22 מאָל און אין דזשודעזמאָ (לאַדינאָ) 2 מאָל.
די לעגענדעס וואָס זיינען אַריין אין דעם ספר האָבן זיך דערציילט די אָנהענגערס פון בעש“ט במשך פון צוויי דורות : זיי זיינען פאַרשריבן געוואָרן, זיינען קאָפּירט געוואָרן אין פאַרשיידענע העתקות, ביז זיי זיינען געדרוקט געוואָרן א. נ. „שבחי הבעש“ט“. דער צונויפקלייבער פון די מעשיות איז געווען ר’ דוב־בער בר’ שמואל, דער שוחט פון ליניץ. עס זעט אויס אַז ער האָט פאַרריכט די פאָרשיידענע נוסחאות, האָט אויסגעלאָזן דאָס וואָס ער האָט געהאַלטן אַז מען דאַרף אויסלאָזן און האָט די מעשיות צונויפגענומען אין איין קונטרס. דער ר’ דוב־בער איז געווען אַן איידעם פון ר’ אלכסנדר שוחט, וואָס איז געווען אַ צאָל יאָרן דער סופר ביים בעש“ט גופא, ווי דאָס ווערט געבראַכט אין „שבחי הבעש“ט“.
דער ערשטער וואָס האָט געדרוקט דעם ספר איז געווען ר’ ישראל בר’ יצחק יפה, וואָס האָט געהאַט אַ דרוקעריי אין קאָפּוסט און איז געווען אַ מקורב פון ר’ שניאור־זלמן פון ליאַדי. ווי עס ווייזט אויס האָט דער דרוקער אַריינגעבראַכט געוויסע שינויים אין סדר פון די מעשיות, אין פאַרגלייך מיט דעם ווי זיי זיינען געווען ביים מחבר ר’ דוב־בער[4]. אין דער קאָפּוסטער אויסגאַבע פון 1851 ווערט נישט דערמאָנט אויפן שער־ בלאַט דער נאָמען פון מחבר, נאָר אין דער הקדמה ווערט יאָ דערמאָנט דער נאָמען פון ר’ דוב־בער, דעם שוחט פון ליניץ.
אין דער צווייטער אויסגאַבע, געדרוקט אין באַרדיטשעוו, פעלט די מעשה אַז דער בעש“ט זאָל האָבן געזאָגט — אַז זיין זון ר’ הערשעלע איז געבוירן געוואָרן „על־פּי הדיבור“, ווייל ער איז פערצן יאָר געווען אַ פּרוש פון זיין ווייב.
קיין איין חחסידות־פאָרשער קען ניט אויסקומען אָן „שבחי הבעש“ט“, און דאָך איז ביז איצט ניט אַרויס קיין וויסנשאַפטלעכע אויסגאַבע פון דעם ווערק וואָס זאָל געבן אַ פולן אינדעקס פון די נעמען און פון די שטעט וואָס ווערן דערמאָנט אין דעם ספר. אין „שבחי הבעש“ט“ ווערן דערמאָנט אַן ערך פופציג ערטער, וואו דער בעש“ט איז געווען ; דרייסיג צווישן זיי זיינען אין פּאָדאָליע און וואָלין, מער פון צען אין מזרח־גאַליציע און די אַנדערע אין ווייס־רוסלאַנד[5] אין „שבחי הבעש“ט“ ווערן דערמאָנט 115 נעמען פון זיינע תלמידים און מקורבים, אָבער נישט וועגן אַלע ווייסן מיר ווער זיי זיינען געווען. איך האָב באַאַרבעט דעם „שבחי הבעש“ט“ אויפן סמך פון דער ערשטער קאָפּוסטער אויסגאַבע, צונויפגעשטעלט אַן אינדעקס פון אַלע נעמען פון די מענטשן וואָס ווערן דאָרט דערמאָנט און וועגן יעדערן אָנגעוויזן ביאָגראַפישע ידיעות אויף ווי ווייט דאָס האָט זיך געלאָזט. עס איז אויך גרייט אַ רשימה פון אַלע חסידישע מנהגים וואָס ווערן דערמאָנט אין „שבחי הבעש“ט“ מיט אָנווייזונגען פון וואַנען זיי שטאַמען און אין וואָס עס איז באַשטאַנען דער שינוי. עס איז אויך געגרייט אַ מאַפּע פון אַלע ערטער וואו דער בעש“ט איז געווען, כדי צו וויסן ווי גרויס עס איז געווען זיין השפּעה ביי זיין לעבן (אָדער ווי זיינע תלמידים האָבן זיך עס געהאַט פאָרגעשטעלט), וואָס וועט בקרוב דערשיינען.
אין דעם אייגנאַרטיק פאַריידישטן העברעאיש פון „שבחי הבעש“ט“ קומען אַריין די יידישע ווערטער מחמת עטלעכע סיבות : (1) ווען דער מחבר וויל איבערגעבן פּינקטלעך עמעצנס רייד (אַזוי ווי אין די שאלות־ותשובות ; (2) ווען עס פעלט אים דאָס וואָרט אָדער דאָס פּינקטלעכערע וואָרט אויף לשון־קודש (און דאָס איז אין דעם רוב פאַלן) ; (3) ווען דער מחבר איז ניט זיכער, צי דער לייענער וועט פאַרשטיין דאָס לשון־קודשע וואָרט וואָס ער נוצט און ער גיט צו דאָס יידישע וואָרט ווי אַ פאַרטייטשונג. עס איז אינטערעסאַנט וואָס אין דער רעלאַטיוו־קליינער זאַמלונג ווערטער איז פאַראַן אַ היפּשע צאָל זעלטענע און אַפילו כמעט פאַרגעסענע ווערטער. פון דעם לאָזט זיך דרינגען ווי רייך עס איז געווען דאָס יידישע לשון אויף דער טעריטאָריע וואו עס איז געווען קאָנטיק די השפּעה פון דעם בעש“ט.
מיר גיבן דאָ אַ רשימה פון אַלע יידישע ווערטער וואָס ווערן דערמאָנט אין דער ערשטער, דער העברעאישער, אויסגאַבע. מיר גיבן זיי צוזאַמען מיט אַ זאַץ אָדער אַ פראַזע פון דעם לשון־קודשדיקן טעקסט. די יידישע ווערטער גיבן מיר פריער אין דעם איצטיקן אויסלייג, און דער אויסלייג פון דעם קאָפּוסטער „שבחי הבעש“ט“ ווערט קלאָר פון ציטאַט. אויף אַזאַ אופן וועט מען קענען זען ווי אַזוי די יידישע ווערטער זיינען אַריינ־ געפלאָכטן געוואָרן אין דעם העברעאישן טעקסט. דער אויסלייג קען אויך אין געוויסע פאַלן אונדז לערנען ניט בלויז וועגן דעם ווי מען האָט די יידישע ווערטער געשריבן, נאָר אפשר אויך ווי אַזוי מען האָט זיי אַרויס־ גערעדט אין דער סביבה פון דעם בעש“טס תלמידים און מקורבים. קענען מיר געווינען אַ צוריקבליק אויף צוויי הונדערט יאָר. עס וואָלט ניט גע־ בראַכט קיין נוצן אָנצואווייזן די זייטן פון דער קאָפּוסטער אויסגאַבע, וואָרים דאָס איז אַ יקר־המציאות. ווייזן מיר אָן די זייטן לויט דער אויס־ גאַבע וואָס ש. א. האָראָדעצקי האָט באַאַרבעט און וואָס איז אַרויס אין בערלין אין 1922[6]. האָראָדעצקי האָט די מעשיות אויסגעשטעלט אין אַ כראָנאָלאָגישן סדר, האָט געגעבן אַן אַריינפיר און צוגאָבן, האָט געמאַכט זיינע באַמערקונגען און געבראַכט אויסטייטשונגען.
חוץ דער רשימה יידישע ווערטער, גיבן מיר אויך די נעמען פון אַלע שטעט און שטעטלעך און נאָך עטלעכע נעמען פון לענדער און טייכן. דאָס איז נוצלעך צו דערגיין די יידישע געאָגראַפישע נעמען. מיר ברענגען זיי אין דעם אויסלייג פון „שבחי הבעש“ט“ און דערביי גיבן מיר ניט קיין זאַצן אָדער פראַזעס וואו זיי טרעפן זיך, ווייל דאָס וואָלט קיין נוצן פאַר קיינעם ניט געהאַט. די רשימה ווערטער נעמט אַרום 107 איינסן.
- ↑ זע : יוסף אָפּאַטאָשוס הקדמה צו „מעשות פון ר’ ישראל בעל־שם־טוב“, ציקא, ניו־יאָרק, 1957.
- ↑ יצחק רפאל, „שבחי הבעש“ט“, „ארשת“, מוסד הרב קוק, ירושלים, תש“ך, זז' 358-377.
- ↑ זע : „ארשת“, תשכ“א ; „טאָג מאָרגען־זשורנאַל“ פון 5טן יוני 1961.
- ↑ אין מיטן פון דף ד’ איז דאָ : „עד כאן שמעתי בשם אדמו“ר נבג“מ סדר ההשתלשלות, והמעשים הנפלאות שאירע בינתים אכתוב ככתוב בכתבים לידי“ („ביז אַהער האָב איך געהערט פון מײן רבין, זײן נשמה רוט אין גן־עדן, און די מעשיות און די װאונדער װאָס זײנען געשען אין צװישן װעל איך שרײבן לױט די כתבים װאָס איך האָב געקראָגן“).
- ↑ זע:בן ציון דינור, „במפנה הדורות“, מוסד ביאַליק, ירושלים, 1955, אין זײן מאמר „ראשיתה של החסידות ױסודותיה הסוציאלײם והמשיחײם“, „ציון“, ח, תש“ג, ז. 113.
- ↑ ש. א. הורודצקי, „ספר הבעש“ט“, ערוך ומסודר מחדש בצרוף מבוא והערות, עינות, בערלין, תרפּ“ב. די דאָזיקע אױסגאַבע איז אַרױס נאָכאַמאָל אין תל־אָביב, הוצאת דביר, מיט אַן איבערגעאַרבעטן אַרײנפיר און מיט תיקונים אין די פּרקים.