רבי אדם בעל שם

מקובל און בעל מופת
ווערסיע פון 02:32, 6 פעברואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (האראדעצקי זאגט דען קלאר לא היה ולא נברא? לא מיניה ולא מקצתיה?)

רבי אדם בעל שם (ה'ש' יארן; 16-17טער י"ה) איז געווען א מקובל און בעל שם, בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי הבעל שם טוב.

צווישן די היסטאריקער זענען פארהאן מיינונגס-פארשידנהייטן און שפעקולאציעס איבער זיין אידענטיטעט. אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה מיט מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערן אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם און געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין דער כערסאנער גניזה זענען פארהאן עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.

לעבן און שאפן

דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א ביכל געדרוקט אינעם 16'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם[1], אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער. צווישן אנדערן, ווערט דארט פארציילט אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון שפאניע קיין פראג, בעהמען. די דאזיגע געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעל שם טוב[2]. לויט יענעם ביכל, איז ער געבוירן אין א שטעטל ווינג נעבן פראנקפורט.

אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק (העב') און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער צו דער ישיבה פון רבי יואל בעל שם אין זאמאשטש, דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה צדיקים נסתרים. די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא, דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען די פירערשאפט און שפעטער, אין יאר תנ"ח, האט רבי אדם דאס איבערגענומען[3].

שייכות מיטן בעל שם טוב

לויט דער ליובאוויטשער מסורה, האט רבי אדם בעל שם, אויף דער אנווייזונג פון אחיה השילוני, זיך אפגעזאגט פון פירן די חבורה פון צדיקים נסתרים און איבערגעגעבן די פירערשאפט צום בעל שם טוב[4].

אין דער כערסאנער גניזה, וועלכע ווערט ביי אסאך אנגענומען אלס פאלש[5], זענען דא עטליכע בריוו אין וועלכע רבי אדם דרוקט אויפ'ן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן[6]. ווי עס איז אבער משמע אין די בריוו, האבן זיי זיך קיינמאל פערזענליך געטראפן[7].

אין ספר שבחי הבעל שם טוב פון רבי דוב בער פון ליניץ ווערט דערציילט, בשם רבי אברהם שמשון פון ראשקוב, אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים פון "רזין וסתרין דאורייתא", און אויף זיין שאלת חלום פאר וועם זיי איבערצוגעבן, האט מען אים געענטפערט דאס איבערצוגעבן "ישראל בן אליעזר פון אקופ". איידער זיין פטירה האט ער געהייסן זיין זון צו גיין קיין אקופ און דאס איבערגעבן פאר דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות וויאזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה[2]. דער בעל שם טוב האט אויך געהאט א תהלים פון רבי אדם בעל שם[8].

יאר פון זיין פטירה

לויט'ן שבחי הבעל שם טוב, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט[9], דאס קומט אויס צווישן שנת תס"ד און שנת תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידער'ן בעל שם טוב[8]. אין דער כערסאנער גניזה, זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת ה'תצ"ה[10].

אידענטיטעט

 
א מאנומענט אינעם אידישן בית החיים אין ראהאטין, וועלכע קאנצענטרירט זיך איבער רבי אברהם דוד משה, גערופן רבי אד"ם, אינדענטיפיצירט אלס רבי אדם בעל שם דורך רבי ראובן מרגליות

דער חוקר שמואל אבא האראדעצקי האט געטענה'ט אז מען טרעפט נישט קיין בעל שם, און בכלל א איד, מיטן ערשטן נאמען אדם[11][12]. אין יאר תשכ"ג האט דער חוקר חנא שמערוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין אקספארד, אין דער באדלעיאן ביבליאטעק[13]. דאס טוט טאקע פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט עקזיסטירט[14], אבער לויט די ביכלעך, האט ער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב[15].

אין די טשערנאבילער הויפן איז אנגענומען אז רבי אדם בעל שם וואס האט געשיקט די כתבים צום בעל שם טוב, איז געווען "רבי נחום גאון", דער זיידע פון רבי מנחם נחום מטשערנאביל[16]; און לויט אן אנדערער גירסא איז ער געווען "רבי נחום שוסטאק", א זון פון רבי נחום גאון (געבוירן נאך זיין פטירה)[17][18].

הרב ראובן מרגליות האט אידענטיפיצירט רבי אדם בעל שם אלס רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין (העב') (נפטר ה'תק"י[19]), מחבר פון ספר מרכבת המשנה אויף מכילתא און תולדות אדם אויף ספרי[12][20]. ער איז באקאנט געווען מיטן צונאמען ר' אד"ם וואס איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און דער בעל שם טוב האט ביי אים געטון שימוש חכמים[21].

פראפעסאר גרשום שלום האט גע'טענה'ט אז רבי אדם בעל שם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר די כתבים פון רבי העשיל צורף וואס זענען געווען ביים בעל שם טוב און מתנגדים האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט שבתאי'שע אינהאלט[15]. רבי ראובן מרגליות, אברהם רובינשטיין און יהושע מונדשיין[14] האבן שטארק קריטיקירט שלומ'ס באהויפטונג מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. "איין מעכטיג שין מעשה", אראפגעברענגט בשלימות דורך משה הלל, בעלי שם, ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  2. 2.0 2.1 רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב.
  3. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה.
  4. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות, צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  5. זע אויספירליכע באריכט דורך יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  6. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ב', ווארשא, תרצ"ו.
  7. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ליקוטי שיחות כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס. זייט 333.
  8. 8.0 8.1 מנחם מנדל בודק, סדר הדורות החדש, סאטמאר, תש"א, דף ב עמוד א.
  9. רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א.
  10. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט.
  11. ספר שבחי הבעש"ט: ערוך ומסודר מחדש בצרוף מבוא והערות מאת ש"א הורודצקי, ברלין, תרפ"ב, עמ' קלא.
  12. 12.0 12.1 יצחק אלפסי, היחיד בדורות, תשנ"ז, עמ' 76-78 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  13. חנא שמערוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש"ט", ציון כח, עמ' 86–105‏, JSTOR 23552161.
  14. 14.0 14.1 יהושע מונדשיין, שבחי הבעש"ט, ירושלים, תשמ"ב, זייט 58.
  15. 15.0 15.1 גרשום שלום, "התנועה השבתאית בפולין", בית ישראל בפולין ב, ישראל היילפרין (רעדאקטאר), ירושלים תשי"ד.
  16. מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", היכל הבעש"ט יג, היכל מנחם, תשס"ז, הערה 16.
  17. בצלאל לנדוי, הבעש"ט ובני היכלו, בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ.
  18. רבי חיים יוסף אריה פראגער, כתבי ר' יאשע שו"ב, עמוד קיא.
  19. ספר קהילה, רוהאטין - קהילת רוהאטין והסביבה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  20. ראובן מרגליות, "לזהותו של "ר' אדם"", במישור שנה ב, גליון ס"ד, תש"א.
  21. יהודה ראטען, מרכבת המשנה, לעמבערג, תרנ"ה, עמ' א, הקדמת המביא לבית הדפוס; רבי חיים קרייזווירטה, הקדמה לשו"ת רבינו חיים כהן, לאנדאן, תשי"ז.