שטעקן און מייער
"שטעקן און מייער" איז אן אידיאם וואס באצייכנט א צוגאונג אין באציאונגען און חינוך, צו איבערצייגן א צווייטן צו אויספאלגן א פארלאנג, דורך באלוינען פאר פאלגזאמקייט און באשטראפן פאר'ן פארלעצן. דער "שטעקן" רעפרעזענטירט די נעגאטיווע נאכפאלגן און די "מייער", די פארגיטיגונג[1]. די פראזע קומט פון ענגליש, און ווערט אויך באניצט אין אנדערע שפראכן.
מקור
די אויסדרוק טרעפט מען ערשט פון שרייבער אין די מיטל 19טער יארהונדערט, וואס באציען זיך צו א קאריקאטור פון אן אייזל פארמעסט, וואו דער פארלירנדער רייטער האט געשמיסן די אייזל מיט דארן-צווייגן, און דער געווינער האט צוגעבינדן א מייער צום עק פון זיין שטעקן, און עס געפאכעט פארנט פונעם אייזל וועלכע איז עס נאכגעלאפן[2].
אום 1938 האט ווינסטאן טשערטשיל געשריבן אין א בריוו: "אזוי, דורך יעדע מיטל פונעם שטעקן ביז'ן מייער, איז דער אפגעשוואכטער עסטרייכישער אייזל געצוואונגען צו שלעפן דעם נאצי-וואגן ארויף דעם אייביגן שיפן בארג."
לאגיק און באניץ
דער געדאנק הונטערן צוגאנג איז אז די צוזאמשטעל פונעם פחד פון דעם שטראף און די ערווארטונג פאר פארגיטיגונג אינאיינעם, וועלן צווינגען דעם צווייטן צו פאלגן די באפעל, בשעת וואס בלויז סטראשען צו באשטראפן וועט ברענגען פיינטשאפט און ווידערווילן, און בלויז פארגיטיגן איז נישט גענוג צו מאטיווירן פאלגזאמקייט. דער גאנג ווערט באטראכט ווי א מעטאד צו באצווינגען קעגן דעם ווילן, אבער נישט א וועג צו זעלבסט-מאטיווירן און טוישן דעם אמת'ן ווילן פונעם צווייטן[3]. אין חינוך איז אנגענומען צו ניצן שכר ועונש אלס מיטל פון דיסציפלין, אבער נאר אלס צוגאב צו אויסלערנען און מחנך זיין דאס קינד צום ריכטיגן וועג[4].
אין אידישקייט
שכר ועונש איז פון די עיקרי אמונה אין אידישקייט, אז דער אויבערשטער באצאלט פאר די וואס טוען זיין ווילן און באשטראפט די וואס זענען עובר דערויף, ווי גאט האט געזאגט פאר קין נאכ'ן הרג'ענען הבל: " הֲלוֹא אִם תֵּיטִיב שְׂאֵת, וְאִם לֹא תֵיטִיב לַפֶּתַח חַטָּאת רֹבֵץ[5]". זכריה הנביא ניצט אן ענליכע מעטאפאר אין זיין משל פונעם פאסטוך: וָאֶקַּח לִי שְׁנֵי מַקְלוֹת, לְאַחַד קָרָאתִי נֹעַם וּלְאַחַד קָרָאתִי חֹבְלִים[6]. חז"ל זאגן אז "לעולם תהא שמאל דוחה וימין מקרבת", מיט'ן לינקן האנט זאל מען אוועק שטופן און מיט'ן רעכטן דערנענטערן[7], און ווי דער גמרא זאגט אז גיחזי און דער אותו האיש זענען ארויס לתרבות רעה ווייל מ'איז זיך באגאנגען מיט זיי בלויז מיט שטרענגן.
רעפערענצן
- ↑ "Carrot and stick definition and meaning | Collins English Dictionary". www.collinsdictionary.com (in ענגליש). Retrieved 2021-08-04.
- ↑ Montague, Edward P. (1849). Narrative of the late expedition to the Dead Sea: From a diary by one of the party (in ענגליש). Carey and Hart. p. 139.
Edward p Montague the idea that persuasion is better than force.
; Child, Lydia Maria (1871). The Children of Mount Ida: And Other Stories (in ענגליש). Charles S. Francis. - ↑ Arindra Mishra, Stick And Carrot Theory - Easy Explanation - Management Weekly, Management Weekly, אקטאבער 11, 2021.
- ↑ הרב יחיאל יעקבסון (העב'), אל תחטאו בילד (Spare The Child); שיעורים אויף יוטוב, "בין חינוך להפעלה", 6 חלקים.
- ↑ בראשית ד, ז.
- ↑ זכריה יא, ז.
- ↑ סוטה מז, א.
קאַטעגאָריע:אויסדרוקן קאַטעגאָריע:מענטשליכע באציאונגען קאטעגאריע:חינוך