יואל לאנדא
יואל (אדער יואלי) לאנדא איז אמעריקאנער חסידישער פילענטראפ, באקאנט מיט זיינע צדקה אקטיוויטען. א סאטמארער חסיד פון וויליאמסבורג.
גרינדער פון ארגאניזאציע קרן תוספות יום טוב, און פיאנער פון וויליאמסבורג חלוקות.
ביאגראפיע
יואל איז געבוירן אום י' אלול תש"מ[1], צו זיין פאטער הרב יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם זלאטשוב אין קרית יואל, אן אייניקל פון רבי יוסף ראבינאוויטש פון יאמפעלע, א זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב. ער הייסט נאכ'ן סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים. ער איז אויפגעצויגן געווארן אין שטאט קרית יואל, אלס בחור האט ער געלערנט אין עטליכע ישיבות, צווישן זיי אין מאנטעווידעא ביי קאפישער רב רבי אהרן גד כ"ץ[2]. ער איז אן איידעם ביי ישראל משה שטיין פון וויליאמסבורג.
נאך די חתונה האט לאנדא זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, ווי ער ציילט זיך צווישן די חסידים פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר. ער האט אפגעראכטן א גרויסע הכנסת ספר תורה צום תלמוד תורה אויף טרופ עוו. און א גרויסע חתונה אין עטרת אברהם און א שבע ברכות פאר פילאנטראפן.
אלורע גרופע
אין יאר 2011 האט יואל לאנדא געגרינדעט די אלורע גרופע (ענגליש) וואו ער דינט אלס CEO. ער האט דאס געגרינדעט אלס א לעזונג צו די פראבלעמען אינערהאלב די נורסינג-היימען אינדוסטריע, נאכ'ן אליינס מיטהאלטן די פלאגענישן ביים זיך זארגן פאר זיין פארעלטערטן זיידע, בעיקר איבער די מאנגל אין געלט-שטיצע און סערוויסעס, א שריט וואס געלייגט שוועריגקייט אויף עלטערע לייט צו ערהאלטן די נויטיגע הילף און באקוועמליכקייטן[3].
זיין מיסיע האט ער אנגעהויבן ווען דער Victory Memorial Hospital האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן, לאנדא מיט זיינע שותפים האבן דאס איבערגענומען און פארוואנדלט אין Hamilton Park Nursing and Rehabilitation Center. דאן האט דאס ביזנעס אנגעהויבן וואקסן און עס האלט שוין היינט ביי זעקס צענטערן אינערהאלב ברוקלין און מאנהעטן[4].
אין יאר 2012 איז ער געווען א שותף מיטן שאפן די Pinta Capital Partners ארויסצוהעלפן ביזענעסער אין די העלטקעיר אינדוסטריע[5]. דורכאויס די קאוויד 19 עפידעמיע איז זיין רייכטום פארברייטערט געווארן, און איז אויסגעשטיגן פון די רייכסטע חסידישע אידן און א מולטי-ביליאנער.
אין יאר 2015 האט ער געדארפט באצאלן גרויס געלט אין א שליכטונג מיט די ניו יארק סיטי[6]
צדקה לייסטונגען
לאנדא האט זיך ברייט בארימט געמאכט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר צדקה, און זיין אייגנארטיגער ציגאנג דערצו.
ער האט געגרינדעט און ער האלט דעם ארגאניזאציע "קרן תוספות יום טוב" וואס געבט זיך אפ מעורר זיין און אויפקלערן איבער מורא מקדש און נישט רעדן ביים דאווענען, אויפן נאמען פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער וואס האט פארפאסט א מי שברך איבער דעם. עס ערשיינט יעדן וואך א גליון נקדישך מיט ארטיקלען איבער די נושא. ער האט אפגעהאלטן עטליכע גרויסע נשיאות קיין קראקא צום ציון פונעם תוספות יום טוב, און אין בעפארברייטערונג א גרויסע קבלה דרייוו איבער מורא מקדש.
אין יאר ? האט ער געגרינדעט דעם "שטענדערל" אויסגאבע פאר קינדער וואס שרייבן זיך איין אינעם פראגראם "עבודה שבלב". ער פארמאגט דארט א קאלום "יוצאים מן הלב" ווי ער אדרעסירט די קינדער וואס זענען "עובדים" אינעם פראיעקט. ער שרייבט דארט שטארקע מוסר און חיזוק, און ברענגט פיל משלים און מעשיות צו דערקלערן און אויפהייבן די געמיטער פון זיינע לייענער. אין איין ארטיקל האט ער געשריבן זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן און די מאטיוואציע אויפצושטיין פארטאגס.
פאר יום טוב סוכות תשפ״ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום פינף טויזנט וויליאמסבורגער משפחות. און דעם נאכפאלגנדן פסח נאך א גרעסערע חלוקה. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה" וואס טיילט אויס דיסקאטונטס פאר קינדער געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג. און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט אין וויליאמסבורג צו וועם ער פארמאגט א שטערקערע געפיל זייענדיג אן ארטיגע איינוואוינער.
ער האט געספאנסערט א זאל עדן לאנדא, און ער האט געעפנט דעם ביהמ"ד אור חיים, מיט א ישיבה און א כולל, ער בויט א מאסיווע בית המדרש אין זיין געגנט.
אין כ"א כסליו תשפ"ה האט יואל אויפגעטרעטן פאר ארום צוואנציג טויזענט סאטמארע חסידים ביים "כינוס סאטמאר" אין בארקלעיס צענטער סטאדיום. אין זיין דרשה האט ער אנאנסירט א 30% העכערונג פאר אלע מלמדים פון סאטמארע מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו שאפן, צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות.
דרויסנדיגע לינקס
https://www.youtube.com/watch?v=QegHeMkQIoI
רעפערענצן
- ↑ Joel Landau, Geni.com
- ↑ יואל לאנדא, יוצאים מן הלב, שטענדערל ויצא תשפ"ה, זייט 10.
- ↑ https://www.allurecare.com/about/history/.
- ↑ https://www.allurecare.com/about/history/.
- ↑ https://www.pintacapitalpartners.com/team/url/joel-landau.
- ↑ Report of the New York City Comptroller on the Sale of Two Deed Restrictions Governing Property Located At 45 Rivington Street, Report of the New York City Comptroller