רוי:יושע פישמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שיקל פישמאן ביי איינע פון זיינע אויפטריטן אין אוניווערסיטעטן לטובת א קליינע שפראך

יושע אהרן "שיקל" פֿישמאן (18טן יולי 1926 פילאדעלפיע1טן מערץ 2015, י' אדר תשע"ה, בראנקס) איז געווען וועלט-בארימט אלס א ברייט-פארצווייגטער ווייט-גרייכנדער יידישיסט און לינגוויסט, אין אמת'ן אריין נישט נאר לטובת יידיש נאר אויך א כללית'דיגער עסקן פאר אלע מיניאריטעט שפראכן.

ער איז געבוירן אין האט געוואוינט אין פילאדעלפיע דארטן זיך געהאדעוועט אין פובליק שולע אבער זיין אידישיסטישער טאטע האט אין אים אנגעצינדן א רייץ אן אהבה צו דער אידישער מאמע לשון - יעדן טאג ביים נאכטמאל האט ער געהאקט אין טיש און געפאדערט פון די קינדער: וואס האט איר היינט אויפגעטאן פאר אונזער יידישער שפראך?!

אלס בחור האט ער געלערנט תורה עם דרך ארץ אין ישיבה אוניווערסיטעט.

אין 1948 איז ער געווען א תלמיד פון דעם גרויסן יידישן לינגוויסט מאקס וויינרייך.

ער האט באקומען א דאקטאר טיטל אין דער שטודיע פון מיניאריטעט חינוך.

אין 1951 האט ער געהייראט געלא שווייד (1925-2017).

ער איז געווען אן סגן פראפעסער אויף פסיכיאלאגיע אין די אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע און האט שפעטער פארנומען א סך פראפאסארישע שטעלעס אין פארשידענע אוניווערסיטעטן ארום אמעריקע אינעם לינגוויסטיק געביט.

ער האט שוין אפגעשריבן הונדערטער ווערק און ארטיקלען לגבי וויאזוי צו ראטעווען - און בכלל ארום דעם מצב פון קליינע שפראכן.

וועבלינקען