דרעפט:דריידל

פון המכלול
ווערסיע פון 22:20, 31 דעצעמבער 2024 דורך ספריאל (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א האלצענע דריידל

א דריידל (וועסט-יידיש: טרענדל; העברעאיש: סביבון) איז א שפילצייג מיט א דיקער קערפער און א שפיץ פון אונטן, אויף וועלכע עס איז געמאכט זיך צו דרייען. ביי אידן איז א מנהג צו שפילן דערמיט אין חנוכה.

דער מנהג צו שפילן דריידל אין חנוכה ווערט געברענגט אין די חסיד'ישע ספרים, אויך די חסיד'ישע רבי'ס האבן געשפילט דערין, עס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר, און אין ספר שיחות הר"ן סימן מ'.

טעמים און רמזים

דער פארשפרייטער טעם צום מנהג, איז אז מיט דעם האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יוונים, וועלכע האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילן דריידל. דער ערשטער מאל וואס אזא שילדערונג ווערט דערמאנט איז דורך ר' אברהם אליעזר הירשאוויץ פון קאוונא-פיטסבורג, אין זיין ספר "אוצר כל מנהגי ישורון" (סעינט לואיס תרע"ח), וואו ער ברענגט עס בשם רבי עזריאל זעליג קרעלענשטיין[1].

א רמז צו דעם מנהג ווערט געברענגט בשם דעם בני יששכר, אז וויבאלד אין חנוכה איז געווען אן איתערותא דלעילא דערפאר כאפט מען אן דעם דריידל פון אויבן, ווידעראום פורים ווען עס איז געווען איתערותא דלתתא כאפט מען אן דעם גראגער פון אונטן[2].

דער בני יששכר ברענגט רמזים אויף האלצענע דריידלעך, דערפאר זענען דא וואס ניצן דייקא א דריידל פון האלץ. אנדערע רבי'ס האבן יא געשפילט יא מיט זילבערנע דריידלעך. אויך דער חתם סופר האט פארמאגט א זילבערנער דריידל.

נגהש

אויף די פיר זייטן פונעם דריידל זענען אויפגעקריצט די פיר אותיות: נון, גימל, הא, און שין. דאס דינט אלס טייל פונעם שפיל צו אנצייגן דער אקט וואס דער שפילער דארף נעמען.

דער באקאנטער ערקלערונג אויף די פיר אותיות איז די ראשי תיבות "נס גדול היה שם". אין די חסידישע ספרים געפונט מען מערערע רמזים אויף די אותיות נגה"ש און זייער שייכות צו חנוכה, באזירט אויף די מימרא אז "מנהג ישראל תורה הוא".

נגהפ

אין ארץ ישראל האבן מאנכע געטוישט אויף נגהפ, וויבאלד זיי זאגן נס גדול היה פה. אנדערע קריטיקירן דאס, וויבאלד אין די ספרים זענען דא מערערע רמזים אויף די אותיות נגה"ש, און זיי טענה'ן אז שם גייט ארויף אויפ'ן בית המקדש, נישט אויף ארץ ישראל.

מנהגים

מיר געפונען מערערע אדמורים און רבנים וואס האבן געשפילט דריידלעך מיט זייערע קינדער און אייניקלעך.

אלגעמיינע היסטאריע

דער דריידל איז אויף געווען א שפילעריי אין די אלגעמיינע וועלט, מען געפונט דאס אלס גאר א פארצייטישע שפיל אין די אלטע צייטן.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס


  1. אברהם אליעזר הירשאוויץ, אוצר כל מנהגי ישרון, סעינט לואיס, תרע"ח, עמ' 57. ער צייכנט צו אז "הרב זיוו" ברענגט דאס שוין. וועגן די אידענטיטעט פון דעם הרב זיוו זע ספרים בלאג ..
  2. טעמי המנהגים בשם ... בשם "הריצ"א"