דרעפט:מעוז צור
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
מָעוֹז צוּר יְשׁוּעָתִי איז א פיוט וואס מען פירט זיך צו זינגען אום חנוכה נאכן אנצינדן די מנורה, דער פיוט גייט אדורך די פיר גליות אין וואס די אידן האבן זיך געפינען, און ברענגט ארויס די לויב צום באשעפער וואס האט זיי געהאלפן און געראטעוועט.
דער פיוט איז פון די צייטן פון מיטלאלטער און דער נאמען פון מחבר איז פארצייכנט אין די אקראסטיך "מרדכי". דאס האט זוכה געווען צו א פארשפרייטונג אינערהאלב כמעט אלע שטרעמונגען פון אידישן פאלק, אשכנזים ווי ספרדים, סיידן די תימנ'ער אידן, און ווערט באטראכט אלס סינאנום צום צינדן חנוכה ליכט.
מחבר
דער אידענטיטעט פונעם מחבר איז נישט באקאנט מיט א קלארקייט, אבער דאס געבוי פונעם פיוט זאגט עדות אויף א תקופה שטריכן פונעם ספרדישן סטיל פיוט האט אנגעהויבן אריינדרינגען אין אשכנזישן לאגער.
געבוי
דאס געבוי פונעם פיוט איז גאר אויסגעצייכנט און אייגנארטיג, עס איז געבויט אויף א מייסטערהאפטיגע סטיל פון גראמען וואס מען געפונט נישט כמעט ביי קיין שום פיוט. אן ענליכע געבוי טרעפט מען ביים זמר מה יפית. עס איז געבויט ווי א לייטער (א/ב,א/ב,ב/ב,ג/ג,ב)
דער פיוט איז איינגעטיילט אין א מעטער פון זעקס טראַפן פער שורה.