באַניצער:שווערמער/מגילת אנטיוכוס

פון המכלול
< באַניצער:שווערמער
ווערסיע פון 17:44, 27 דעצעמבער 2024 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> '''מגילת אנטיוכוס''' (ווערט אויך גערופן '''מגילת בני חשמונאי''', '''מגילת חנוכה''', און '''מגילה יוונית''') איז א קליינע מדרש וואס שילדערט דעם נס חנוכה און די רעוואלט פון די חשמונאים. דער מגילה איז דער איינציגסטער חיבור...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.

מגילת אנטיוכוס (ווערט אויך גערופן מגילת בני חשמונאי, מגילת חנוכה, און מגילה יוונית) איז א קליינע מדרש וואס שילדערט דעם נס חנוכה און די רעוואלט פון די חשמונאים. דער מגילה איז דער איינציגסטער חיבור פון חז"ל וואס איז געבליבן, וואס איז געצילט צו שילדערן בלויז די געשעענישן. כאטש וואס עס איז נישט א טייל פון תנ"ך, זענען געווען פילע קהילות וואו מען פלעגט עס ליינען חנוכה, ענליך צו מגילת אסתר אום פורים.

פאפולערקייט

די מגילה איז אריגינעל געשריבן געווארן איז אראמיש, רב סעדיה גאון האט עס איבערגעזעצט אויף אראביש און געשריבן אן הקדמה צו עס[1]. עס איז איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש עטליכע מאל, און ערשיינט אין פארשידענע נוסחאות אין כתב יד; נישטא כמעט קיין צוויי כתבי יד מיט דעם זעלבן נוסח פון דער מגילה[2]. אין כתבי יד פון דער קאירא גניזה זענען אויך דא פארשידענע נוסחאות צו דער אריגינעלע אראמיש, ווי אויך פארשידענע איבערזעצונגען אויף אראביש[3]. שפעטער האט דער מגילה אנגעהויבן צו געדרוקט ווערן, און איין באקאנטע נוסח איז פארשרייט געווארן, מיט לייכטע שינויים פון דרוק צו דרוק[4]. דער מגילה איז אנטהאלטן אין עטליכע כתבי יד פון דעם תנ"ך, און אין סידורים פון פארשידענע קהילות[5].

און עטליכע קהילות, אין תימן, פרס, גרדאיא, קוטשין, און איטאליע, פלעגט מען זיך פירן צו ליינען דעם מגילה חנוכה. עס איז מעגליך אז טייל פלעגן עס ליינען מיט א ברכה בשם ומלכות, וויבאלד דער רי"ד האט געדארפט ארויסשרייבן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה דערויף[6].

פארפאסונג

רב סעדיה גאון אין ספר הגלוי שרייבט אז די חשמונאים האבן געשריבן א ספר אין אראמיש איבער וואס איז מיט זיי פארגעקומען, און ער באציט זיך ווארשיינליך צו די מגילה[7]. פארהאן וואס לערנען אריין אין רב סעדיה גאונ'ס ווערטער אז ער איז דער וואס האט עס דער ערשטער געשריבן, באזירט אויף א מסורה בעל פה וואס ער האט מקבל געווען פון די צייטן פון די חשמונאים[8].

אין די דרוקן פון ספר הלכות גדולות פון רבי שמעון קיירא שטייט אז "זקני בית שמאי ובית הלל כתבו מגילת בית חשמונאי", אבער אין די כתבי יד אז דער נוסח "מגילת תענית", און נישט מגילת חשמונאי, און דער בה"ג באציט זיך צו וואס ווערט געברענגט אין מסכת שבת.

די חוקרים זענען צעטיילט איבער די תקופה ווען דאס איז נתחבר געווארן, און השערה גייען פון באלד נאכ'ן חורבן ביז אנהייב תקופות הראשונים.

אינהאלט

= ערשטע שלאכט קעגן ניקנור

די מגילה שילדערט די מאכט פון אנטיוכוס און פון זיין "משנה" בגריס, און זיין פיינטשאפט פאר די אידן. אנטיוכוס שיקט ניקנור איינצונעמען ירושלים. ער טוט אזוי, שטעלט אוועק א צלם אינעם היכל, און איז מקריב קרבנות צו דעם. דאס ברענגט דער ערשטע ווידערשטאנד דורך יוחנן בן מתתיהו כהן גדול. יוחנן האט זיך אריינגעכאפט צו ניקנור מיט א קליינעם שווערד און אים דערשטאכן צום טויט, דערנאך ארויס אין מלחמה מיט די יוונים אויס'הרג'ענענדיג 72,000 פון זיי. צוריקקומענדיג האט ער געבויט א מנורה און עס גערופן "מקבי".

צווייטע שלאכט קעגן בגריס

בגריס ווערט געשיקט דורך אנטיוכוס אונטערצודריקן די אויפשטאנד, ער נעמט צוריק איין ירושלים און פירט איין גזרות שמד, צו פארבאטן שבת, חודש, און מילה. די מגילה שילדערט עטליכע העראאישע געשיכטעס איבער דעם מסירת נפש פון די אידן אין יענע צייט:

  • מען פלעגט שטראפן מיט'ן הענגען עלטערן וואס זענען געכאפט געווארן מל'ען זייער קינד. א פרוי וואס האט גע'מל'עט איר זון איז ארויף אויף די מויערן פון ירושלים און אויסגערופן "לך נאמר בגרס הרשע, ברית אבותינו לא תחדל ממנו". דאן האט זי זיך אראפגעווארפן פונעם מויער אינאיינעם מיט איר זון צו זייער טויט.
  • בגריס האט באפוילן אנצוצינדן א פייער ביי דער עפענונג פון א הייל וואו טויזנט אידן האבן זיך באהאלטן צו היטן שבת, און זיי זענען אלע אומגעקומען פון די רויך.
  • אין טייל נוסחאות ווערט געברענגט א דריטע מעשה איבער א שוועסטער פון די חשמונאים וואס האט איבערגערעדט אירע ברידער ארויסצוגיין קעגן די יוונים, ווען זיי האבן איר געוואלט נעמען צו בגריס דעם נאכט פון אירע חתונה.

די פינף זין פון מתתיהו זענען ארויס אין א קאמף און געוויזן צו באזיגן די יוונים.

דריטע שלאכט קעגן בגריס

נאכ'ן נידערלאגע איז אנטיוכוס מחליט צו שיקן א ריזיגער מיליטער קעגן די אידן, וואס נעמט אריין רייטער און פארפאנצערטע עלעפאנטן. עטליכע מדינות העלפן צו די יוונים קעגן די אידן, זיי נעמען ווידער איין ירושלים, ברעכן אויף דרייצן פרצות אין דער סורג, האקן אפ די וואסער און צינדן אונטער דעם שטאט. מתתיהו און זיינע זים נעמען זיך צוזאמען אין מצפה גלעד, און פאסטן און דאווענען פאר הצלחה אין דער קריג. מתתיהו וואונטשט זיינע זין איידער זיי גייען ארויס. אנהייב שלאכט פאלט יהודה המכבי, מתתיהו קומט מיט זיינע זין אנשטאט אים. אלזער וועלכע האט פראבירט אומצוברענגען אן עלעפאנט ווערט גע'הרג'עט ווען ער ווערט דערטרונקען אין די געדערים פון א שטארבענדיגער עלעפאנט. די חשמונאים זיגן, זיי הרג'ענען בגריס, אנטיוכוס אנטלויפט אין שאנד, און נעמט זיך דאס לעבן אונטערוועגנס.

די מגילה פירט אויס מיט'ן שילדערן די חשמונאים אריינקומען אין בית המקדש עס מטהר צו זיין, און דער נס פך שמן, און דאס קובע זיין א יום טוב חנוכה לדורות.

רעפערענצן

  1. די הקדמה איז צוערשט פארעפנטליכט געווארן דורך שמואל אטלס און משה פערלמאן אין אראביש און מיט אן איבערזעצונג אויף ענגליש (S.Atlas and M.Perlmann, Saadiaon the Scroll of the Hasmonaeans,Proceedings of the American Academy for Jewish Research, 1 January 1944). יוסף קאפח האט עס געדריקט מיט די מגילה אין זיין אויסגאבע (סוף ספר דניאל עם פירוש רס"ג), און עס איבערגעזעצט אויף לשה"ק. עס שטעלט זיך אויס אז רס"ג האט געשריבן צוויי הקדמות, ווי זיין שטייגער אין אנדערע ספרים, א לענגערע און א קירצערע. אין תשע"ז האט יהודה זייבאלד פובליצירט ביידע הקדמות און זיי איבערגעזעצט אויף לשה"ק (זע: יהוזה זייבלד, "חלקו של רס"ג בעריכת מגילת אנטיוכוס וההדרה של הקדמתו", חיצי גבורים י, ניסן תשע"ז, אויף Academia.edu וועבזייטל)
  2. נתן פריד, "נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס", צפונות יז, בני ברק, תשנ"ג, זייטן סה-עד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  3. מבוא צו מגילת בני חשמונאי', אין הליווי בגלות לרב סעדיה גאון, הוצאות האוצר, ירושלים, תשע"ט
  4. מוסד הרב קוק, "נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס", סיני סד, ירושלים, תרצ"ז - תשס"א, זייטן צז-קמ (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. ווי: סידור "בית עובד", ליוורנו, תרכ"ב; סידור "עבודת ישראל", רעדלהיים, תרכ"ח; סידור "אוצר התפילות", ווילנא, תרפ"ח
  6. תוספות רי"ד, סוכה דף מד עמוד ב; שבלי הלקט שבולת קעד
  7. ווי ער שרייבט אין "ספר הגלוי":”וכמו שכתבו בני חשמנאי יהודה ושמעון ויוחנן ויונתן ואלעזר בני מתתיה ספר במה שעבר עליהם, הדומה לספר דניאל בלשון הכשדים.” פארעפנטליכט און איבערגעזעצט דורך אברהם אליהו הרכבי, ב"זיכרון לראשונים", מחברת חמישית, חוברת ראשונה: "השריד והפליט מספר האגרון וספר הגלוי", פטרבורג תרנ"ב
  8. יהוזה זייבלד, "חלקו של רס"ג בעריכת מגילת אנטיוכוס וההדרה של הקדמתו", חיצי גבורים י, ניסן תשע"ז, אויף Academia.edu וועבזייטל