דרעפט:חינוך

פון המכלול
ווערסיע פון 19:20, 16 דעצעמבער 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד...)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חינוך איז א חיוב מדרבנן צו מחנך זיין א זון א קטן מיט מצוות.

על פי תורה איז א קטן פטור פון מקיים זיין מצוות, ביז ער ווערט דרייצן יאר, וואס דאן ווערט ער א בר מצוה. די חז"ל האבן אבער יא מחייב געווען א טאטן צו מחנך זיין זיין קינד אפילו בעפאר דעם.

עס איז דא אין דעם עטליכע חלקים:

קיין שום איד טאר נישט צוברענגען אז א קינד, אפילו א פרעמדער, זאל עובר זיין אויף אן איסור, און דאס ווערט אנגערופן ספייה בידים, וואס איז אסור מן התורה[1].

אויב א פרעמדער קינד באשליסט אליינס צו עובר זיין אויף אן איסור, דארף מען אים נישט אפהאלטן[2].

פארהאן ראשונים וועלכע לערנען אז דער חיוב חינוך וואס ליגט אויף א טאטע איז בלויז צו מחנך זיין צו טון מצוות, אבער ער איז נישט מחויב אפצוהאלטן זיין זון פון עובר זיין אן איסור[3].

אנדערע ראשונים קריגן און לערנען אז טאטע איז יא מחוייב אפצוהאלטן זיין קינד פון עובר זיין אן איסור. און אזוי פסק'נט דער שולחן ערוך[2], און אזוי נעמען מיר אן להלכה[4].

לגבי שבת זאגט דער פסוק עקסטער: "לא תעשה כל מלאכה אתה ובנך ובתך[5]", און חז"ל זאגן דערויף: אלו הקטנים[6]. מחלוקת הרמב"ם והרמב"ן.

מאכלות אסורות משום טמטום הלב.

--- מיוסד על מאמר עלי עין בהדסים #4

  1. עיין גמרא יבמות קיד דיליף לה מקראי. ויש בזה הרבה שיטות אם איסור ספייה מדאורייתא או מדרבנן, ואי נוהגת בכל איסורי תורה, אמנם להלכה נקטו הפוסקים כהנך ראשונים ...
  2. 2.0 2.1 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן שמ"ג
  3. תוספות נזיר כח ד"ה בנו לפי תירוץ הראשון, וכן כתב ברשב"א, תוספות רי"ד, ומאירי, ובתוספות ישנים בשם הר"א ממיץ, ועוד
  4. מג"א וט"ז
  5. שמות כ, י
  6. מכילתא פרשת יתרו