רוי:אלעפא

פון המכלול
ווערסיע פון 19:44, 3 דעצעמבער 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:ארם צובא צו רוי:אלעפא)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ארם צובא ביינאכט

ארם צובא, אדער אַלעפּאָ (אַראַביש: ﺣﻠﺐ חאַלאַב), איז די וויכטיגסטע שטאט אין צפון סיריע. זי ליגט אין די צפון-מערב טייל פון דאס לאנד, אומגעפער 30 מייל (50 ק"מ) דרום פונעם טערקישער גרעניץ. אלעפא געפינט זיך ביים שיידוועג פון גרויסע קאמערציאלע מארשרוטן און ליגט אזא 60 מייל (100 ק"מ) פון סיי די מיטלענדישער ים (מערב) און סיי די פרת טייך (מזרח). באפעלקערונג (2004) 2,132,100.

דער אראבישער נאמען חאלאב קומט, לויט א לעגענדע ציטירט דורך דער רייזנדער פתחי' פון רעגנסבורג, פון די מסורה אז אברהם אבינו האט געפאשעט זיינע שעף אויפן בארג פון אלעפא און אויסגעטיילט זייער מילך ("חלב") צו די ארעמע אויף איר שיפּוע.

לויט א מסורה, דערמאנט דורך רבי אברהם דיין, איז דער אנהייב פון די קהילה געווען אין די תקופה פון יואב בן צרויה, דער אייננעמער פונעם שטאט אין די צייטן פון קעניג דוד, וועלכער האט אויך געבויט די גרויסע שול. עס זענען אויך פארהאן אנדערע נישט-אידישע טראדיציעס וועלכע באשטעטיגן די עקזיסטענץ פון די געמיינדע אינעם גריכישן תקופה.

אידישע זידלונג דארט האט אנגעהאלטן אומגעשטערט זינט רוימישע צייטן. די אוראלטע אפטיילונג פונעם גרויסן בית כנסת איז געבויט געווארן דורכאויס די ביזאנטישע תקופה אין פארם פון א באזיליקע מיט דריי סטאָע; אן אויפשריפט דערויף שטאמט פון ד'תקצ"ד. די אידן האבן געוואוינט אין א באזונדערע קווארטאל איידער די מוסלמענער אייננעמונג אין 636 (ד'שצ"ו). זיי האבן געלעבט אפגעזונדערט דורכאויס די מוסלמענער תקופה אין די צפון-מזרח ראיאן פונעם שטאט.


אַ סך יאָרן איז דער כּתב-יד כּתר ארם צובא געווען אין דער גרויסער שול פון ארם צובא.




רעפערענצן