דרעפט:טהרת הקודש
טהרת הקודש ווערט גערופן דער באגריף פון פירן מוסדות התורה אומאפהענגיג פון די רעגירונג, אן נעמען קיין געלט פון זיי, כדי זיי זאלן זיך נישט אריינמישן אין די חינוך.
היסטאריע
אין יאר ה'תשל"ח ווען די מדינת ישראל רעגירונג האט אנגעהויבן סובסידירן די מוסדות התורה, האט דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געגרינדעט די קרן הצלה, צו ארויסהעלפן די מוסדות התורה וואס נעמען נישט קיין שטיצע פון די רעגירונג. זינט דאן קומען פאר יערליך פיר חלוקות, וואו מען טיילט אויס שטיצע פאר די מוסדות על טהרת הקודש.
אין די שפעטערע יארן פון רבי שמואל אויערבאך האט ער באפוילן זיינע אנהענגער זיך אפצולאזן פון די שטיצע פון די מדינת ישראל רעגירונג, און גרינדן מוסדות על טהרת הקודש, נאכדעם וואס די ארטיגע משרד החינוך האט אנגעהויבן זיך אריינצומישן אין די חינוך.
ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל אין יאר ה'תשע"ה האט דער סאטמארער רבי רבי זלמן לייב טייטלבוים געגרינדעט א קופה "שקל הטהור" וואס טיילט א חלוקה פיר מאל א יאר פאר די מוסדות על טהרת הקודש אין ארץ ישראל.
אויך זיין ברודער רבי אהרן טייטלבוים האט געמאלדן איבער אן ענליכער קופה "שקל הקודש".
אין ליכט פון גזירת החינוך אין ניו יארק איז געשאפן געווארן אן אויפוואכונג צו עפענען מוסדות על טהרת הקודש אין ניו יארק. געוויסע מאכן עס אבער אוועק, און טענה'ן אז עס נעמט אוועק פון די וויכטיגקייט פון שטיצן די מוסדות על טהרת הקודש אין ארץ ישראל[1].
מקור
די אויסדרוק שטאמט פון א לשון פון חז"ל "חולין שנעשו על טהרת הקודש", און ווערט באנוצט אין אלגעמיין, אויף אן אומאפהענגיגער חינוך, אן קיין דרויסנדיגע השפעה.
דער איסור נישט צו נעמען געלט פון די רעגירונג איז באזירט אויף דעם בני יששכר פון "כח הפועל בנפעל". דער ביד"צ עדה החרדית האט ארויסגעגעבן אן איסור אין יאר ה'תש"ו צו נעמען געלט פון די בריטישע מאנדאט, וואס איז געווארן פארטיילט דורך ציוניסטישע שלוחים.
דרויסנדיגע לינקס
- זוכט פאר קרן הצלה, אויף JDN
- זוכט פאר שקל הטהור, אויף JDN
- רבי מנשה פילאפף, פרשת הכסף, ברוקלין, תשמ"א
- ווען משיח וועט קומען, דורך מקהלת מלכות & יואלי דווידוביץ, סינגל, ווידעא אויף יוטיוב