דרעפט:אמונת ישראל

פון המכלול
ווערסיע פון 13:56, 18 אויגוסט 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (ארומגעדרייט ארטיקל צו זיך צענטרירן אויף די קהילה אמונת ישראל)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אמונת ישראל איז א חסידישע געמיינדע, געגרינדעט אין תשל"א דורך רבי משה וואלפסאן און הויפטקווארטירט אין בארא פארק מיט פיליאלעס אין מאנסי, לעיקוואוד, ביתר און ירושלים. עס ווערט היינט געפירט דורך זיין זון רבי אברהם יצחק אין מאנסי און זיין אייניקל רבי שמואל יהודה זילבער אין בארא פארק.

היסטאריע

רבי משה וואלפסאן איז געשטעלט געווארן[אויסקלארונג פארלאנגט] דורך רבי יעקב קאמינעצקי אלס משגיח אין ישיבה תורה ודעת, וואו פילע בחורים האבן זיך אנגעהויבן קלאמערן צו אים און געשאפן א גרופע לערנען פון אים עבודת ה', און ספעציעל עבודת התפילה צו דאווענען פאוואליע. אינעם זומער קעמפ האט ער אוועקגעשטעלט פאר זיינע תלמידים א ספעציעלע סדר היום מיט תורה און מוסר שמועסן. ווען די מיטגלידער פון דעם גרופע האבן חתונה געהאט, האבן זיי געבעטן רבי משה צו בלייבן זייער משפיע, און אין יאר תשל"א האט זיך דערפון אוועקגעשטעלט די קהילה 'אמונת ישראל'[1]. שפעטער האבן זיינע תלמידים געעפנט א שול אין בארא פארק, און רבי משה האט זיך אריבערגעצויגן אהין.

כאראקטער

רבי משה האט געשעפט פון א פילפארביגע רייע פון השפעות, ...

היינט

פון א קליינער שטיבל האט זיך דער שול צעוואקסן צו א גרויסער היכל מיט 600 זיצן, און ס'איז צוגעקומען פיליאלעס פון די קהילה איבער די וועלט, ווי אין מאנסי, לעיקוואוד, ביתר און ירושלים[1].

אין יאר תש"פ האט רבי משה אויפגענומען זיין אייניקל רבי שמואל יהודה זילבער, וועלכער איז געווען שטארק באליבט ביי אים, אלס דיין און מורה הוראה פון קהל אמונת ישראל און אלס א משפיע רוחני און ראש חבורה פון די בחורים.

רבי משה איז נפטר געווארן י"ז סיון תשפ"ד, און ביים לוויה אין בארא פארק זענען לויט זיין צוואה אויפגענומען געווארן רבי משה וואלפסאן'ס אייניקל רבי שמואל יהודה זילבער אלס רב פון דער קהילה און בית מדרש אין בארא פארק[2], און רבי משה'ס זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן אלס רב פון דער קהילה אין מאנסי.

רבי שמואל יהודה איז א זון פון רבי מרדכי מנשה זילבער, רבי פון תולדות יהודה דתלמידי סטוטשין, איידעם פון רבי משה וואלפסאן. רבי שמואל יהודה איז אן איידעם ביי רבי חיים לייב כ"ץ. ער איז באקאנט אלס א תלמיד חכם און א עובד ה', ער גיבט אויך שיעורים אין הלכה[3].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען