רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש
הרב קלמנוביץ.jpg

רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש איז א בארימטער גאון אן צדיק אין שטאט בני ברק, ער דינט אלס ראש כולל "ישיבת כנסת בית אברהם" און ער איז דער מחבר פון די רייע ספרים "אהלי ישועה" על הש"ס.

לעבנס געשיכטע

רבי ישראל יצחק איז געבוירן אין ווילנא צו זיין פאטער רבי אברהם קאלמאנאוויטש דער מירער ראש ישיבה אין אמעריקע און צו זיין מאמע לאה.

ער האט געלערנט אין די סלבודקה ישיבה אין בני ברק. אין יענע יארן פלעגט ער זיך ווייקן ביים בריסקער רב רבי יצחק זאב סאלאווייטשיק און רעדן מיט אים אין לערנען.

ער האט געהייערט רעבעצן צפורה טאכטער פון רבי יצחק מאיר קארעלענשטיין. זי איז נפטר געווארן י"ב תמוז תשפ"ג[1]. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין די סלבודקה כולל. אלס יונגערמאן איז ער געווען פון די משתתפי השיעור חומש פון רבי מעכיל פיינשטיין.

ווען עס האט זיך געפענט ישיבת גאון יעקב אין בני ברק האט רבי ישראל יצחק געדינט אלס ראש ישיבה און רבי דן סגל אלס משגיח רוחני. שפעטער האט זיך די ישיבה פארמאכט און שפעטער האט זיך דאס געפענט פון דאס ניי.

היינט דינט ער אלס ראש כולל פון "ישיבת כנסת בית אברהם", אויף זיין טאטנס נאמען. די כולל געפינט זיך אין זיין בית מדרש "אהלי ישועה", וואס האט זיך געפענט חודש ניסן תש"פ. דארטן רעכט ער אפ זיין עבודת הקודש, די תפילות וואס געדארן לענגערע שעות, לימוד התורה און קבלת קהל. יארן לאנג האט ער געדאוונט אין ישיבת גאון יעקב, אבער ווען עס האט זיך אפגעטיילט פונעם פלג הירושלמי וואס רבי ישראל יצחק איז פון די אנגעזענע רבנים זייערע, איז ער אריבער דאווענען אין ישיבת בית מאיר וואס שטייט אין שפיץ פון רבי צבי רוטברג פון די רבנים פון פלג הירושלמי. נאכן די עפענונג פון זיין הייגענע בית מדרש דאוונט ער אלע תפילות אין זיין בית מדרש.

לענגערע יארן האט ער געלענרט גמרא בעין בחברותא מיטן היינטיגער סלאנימער רעבן רבי אברהם וויינבערג.

זיינע תפילות

ער איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע עבודת התפילה, ער דאוונט יעדע תפילה לענגער שעות און בפרט ביי די שמות הקודש וואס עס נעמט אים א לאנגע צייט, ער דאוונט מיט א מוראדיגע השתפכות הנפש, און אסאך קומען זיך מזכיר זיין ביי אים אויף ישועות און רפואות.

השקפה

ער אלט מיטן סאטמאר רבינס השקפה בנוגע ציונות און ער גייט נישט צו די בחירות אין ארץ ישראל.

נאך רבי שמואל אויערבאך'ס פטירה האט ער זיך איינמאל באטייליגט ביי די זיצונג פון מועצת גדולי עולם התורה פון די בני תורה פארטיי[2]. א טייל פון די בני תורה פארעכן אים אלס א מנהיג[3]. ביי די עצרת וואס איז פארגעקומען מוצאי עשרה בטבת תשע"ה אין ירושלים אנטקעגן גזירת הגיוס, האט ער שארף פארדאמט די רבנים פון די דגל התורה פארטיי און ער האט זיי אנגערופן אז זיי טראגן "אנגעבלאזענע טיטלעך" ("בעלי תארים מנופחים")[4].

ער שטייט אין שפיץ פון די קרן "מאיר עיני ישראל" וואס העלפט מוסדות על טהרת הקודש פון די בני תורה[5].

ער איז שארף ארויס קעגן די וואס האבן גשטערט די הנהלה פון תלמוד תורה תפארת יעקב[6] וואס שטייט בנשיאות רבי צבי פריעדמאן, פון די מנהיגים פון בני תורה.

ביי די תקופה פון די קאראנא וויירוס האט ער געטענה'ט אז די מדינת ישראל רעגירונג ניצט אויס די געלעגנייט צו פריי מאכן די פרומער ציבור, מיט א שפיל פון זארגן אויף די געזונט, און פארשליסן די ישיבות וועגן זיי איז א רציחה ה"י. וועגן דעם האט ער געהייסן אפלאזן די קשר מיטן רעגירונג[7].

זיינע ספרים

  • אהלי ישועה, אויף מסכתות הש"ס.
  • רשימות שיעורים, שיעורים אויף ש"ס.

פאמילייע

זיין ברודער איז געווען רבי שרגא משה קאלמאנאוויטש ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.

שוואגערס:

קינדער:

  • זיין עלסטער איידעם איז רבי אשר אליהו קאלמאנאוויטש ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.
  • זיין זון רבי אברהם, איידעם פון רבי יחזקאל ברעטלער. ער דינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת זכרון מיכאל אין זכרון יעקב, ראש כולל "הלפרין" אין בני ברק אין א דיין אין בית דין גני איילון בראשות רבי חזקיהו אברהם ברוידא.
  • זיין איידעם רבי יעקב זאב ווינטערניץ, ער האט געדינט אלס ראש סדר בקיאות[אויסקלארונג פארלאנגט] אין ישיבת קאמעניץ אין ירושלים[8].
  • זיין טאכטער לאה געהייערט צו רבי אשר, זון פון רבי שמואל בירענבוים ראש ישיבת מיר אמעריקע.
  • זיין זון רבי אהרן לייב, ראש הכולל "אהלי ישועה" אין ירושלים.
  • זיין זון רבי חיים שלמה, משב"ק פונעם טאטן, און דער גזבר פון קרן "מאיר עיני ישראל".

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן