רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ
רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש איז א בארימטן גאון אן צדיק אין שטאט בני ברק, ער דינט אלס ראש כולל "ישיבת כנסת בית אברהם" און ער איז דער מחבר פון די רייע ספרים "אהלי ישועה" על הש"ס.
לעבנס געשיכטע
רבי ישראל יצחק איז געבוירן אין ווילנא צו זיין פאטער רבי אברהם קאלמאנאוויטש דער מירער ראש ישיבה אין אמעריקע און צו זיין מאמע לאה.
ער האט געלערנט אין די סלבודקה ישיבה אין בני ברק. אין יענע יארן פלעגט ער זיך ווייקן ביים בריסקער רב רבי יצחק זאב סאלאווייטשיק און רעדן מיט אים אין לערנען.
ער האט געהייערט רעבעצן צפורה טאכטער פון רבי יצחק מאיר קארעלענשטיין. זי איז נפטר געווארן י"ב תמוז תשפ"ג[1]. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין די סלבודקה כולל. אלס יונגערמאן איז ער געווען פון די משתתפי השיעור חומש פון רבי מעכיל פיינשטיין.
ווען עס האט זיך געפענט ישיבת גאון יעקב אין בני ברק האט רבי ישראל יצחק געדינט אלס ראש ישיבה און רבי דן סגל אלס משגיח רוחני. שפעטער האט זיך די ישיבה פארמאכט און שפעטער האט זיך דאס געפענט פון דאס ניי.
היינט דינט ער אלס ראש כולל פון "ישיבת כנסת בית אברהם", אויף זיין טאטנס נאמען. די כולל געפינט זיך אין זיין בית מדרש "אהלי ישועה", וואס האט זיך געפענט חודש ניסן תש"פ. דארטן רעכט ער אפ זיין עבודת הקודש, די תפילות וואס געדארן לענגערע שעות, לימוד התורה און קבלת קהל. יארן לאנג האט ער געדאוונט אין ישיבת גאון יעקב, אבער ווען עס האט זיך אפגעטיילט פונעם פלג הירושלמי וואס רבי ישראל יצחק איז פון די אנגעזענע רבנים זייערע, איז ער אריבער דאווענען אין ישיבת בית מאיר וואס שטייט אין שפיץ פון רבי צבי רוטברג פון די רבנים פון פלג הירושלמי. נאכן די עפענונג פון זיין הייגענע בית מדרש דאוונט ער אלע תפילות אין זיין בית מדרש. לענגערע יארן האט ער געלענרט בחברותא מיטן היינטיגער סלאנימער רעבן רבי אברהם וויינבערג.
ער איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע עבודת התפילה, ער דאוונט יעדע תפילה לענגער שעות און בפרט ביי די שמות הקודש וואס עס נעמט אים א לאנגע צייט, ער דאוונט מיט א מויראדיגע השתפכות הנפש, און אסאך קומען זיך מזכיר זיין ביי אים אויף ישועות און רפואות.
השקפה
שוין צענדליגע יארן וואס ער אלט מיטן סאטמאר רבינס השקפה, בנוגע מדינת הציונים אין ארץ ישראל, ער נעמט נישט קיין טייל אינעם בחירות און ער נעמט נישט קיין געלט פאר זיינע מוסדות.
ער איז געווען נאנט מיט רבי שמואל אויערבאך, און נאך רבי שמואל'ס פטירה האט ער זיך איינמאל באטייליגט ביי די זיצונג פון די מועצת גדולי עולם התורה פון די בני תורה פארטיי[2]. א טייל פון די ני תורה זעהן אים אלס א מנהיג[3]. ביי די עצרת וואס איז פארגעקומען מוצאי עשרה בטבת תשע"ה אין ירושלים קעגן חוק הגיוס, האט רבי ישראל יצחק שארף פארדאמט די רבנים פון די דגל הורה פארטיי און ער האט זיי אנגערופן "בעלי תארים מנופחים"[4]
ער שטייט אין שפיץ פון די בארימטע קרן "מאיר עיני ישראל" וואס האט זיך אויפגעשטעלט צו העלפן פאר מוסדות על טהרת הקודש פון די בני תורה[5], און ער איז שארף ארויס קעגן די וואס האבן גשטערט די הנהלה פון תלמוד תורה תפארת יעקב[6].
ביי די תקופה פון די קאראנא וויירוס האט ער געטענה'ט אז די מדינת ישראל באהמטע טוט אויסניצן די געלעגנייט צו פריי מאכן די פרומער ציבור מיט א שפיל פון זארג אויף די געזונט, און פארמאכן די ישיבות וועגן זיי איז בגדר רציחה ה"י. און וועגן דעם האט ער געהייסן אפלאזן די קשר מיטן רעגירונג[7].
זיינע ספרים
- אהלי ישועה, אויף ש"ס.
- רשימות שיעורים, שיעורים אויף ש"ס.
פאמילייע
זיין ברודער איז געווען רבי שרגא משה קאלמאנאוויטש ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.
שוואגערס:
- דער מגיד מישרים רבי ראובן קארעלינשטיין.
- רבי אריה לייב אברהמס א תלמיד פון החזון איש און ראש כולל "תורת אברהם" אין בני ברק.
- רבי שמואל ברנבוים ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.
- רבי אליהו שווי ראש ישיבת פילדעלפיא.
קינדער:
- עלסטער איידעם איז רבי אשר אליהו קאלמאנאוויטש ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.
- זיין זון רבי אברהם, איידעם פון רבי יחזקאל ברעטלער. ער דינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת זכרון מיכאל אין זכרון יעקב, ראש כולל "הלפרין" אין בני ברק אין א דיין אין בית דין גני איילון בראשות רבי חזקיהו אברהם ברוידא.
- זיין איידעם רבי יעקב זאב ווינטערניץ, ער האט געדינט אלס ראש סדר בקיאות[אויסקלארונג פארלאנגט] אין ישיבת קאמעניץ אין ירושלים[8].
- טאכטער לאה געהייערט צו רבי אשר, זון פון רבי שמואל בירנבוים ראש ישיבת מיר אמעריקע.
- רבי אהרן לייב, ראש הכולל "אהלי ישועה" אין ירושלים.
- רבי חיים שלמה, משב"ק פונעם טאטן, און דער גזבר פון קרן "מאיר עיני ישראל".
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ רעבעצן קאלמאנאוויטש איז נפטר געווארן, אויף כל רגע
- ↑ מועצת גדולי עולם התורה האט זיך נעכטן צוזאמגענומען אין ירושלים אויף אידישע פוסט
- ↑ קוקטס די אריינגאנג פון מרנן ורבנן שליט"א צו די משא התקופה פון גאון ישראל רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש אויף יוטיוב; כינוס ‘טהרת הקודש’ אין סאטמאר אויף לדעת
- ↑ הגר"י קאלמאנאוויטש: בעלי התוארים המנופחים, אויף כיכר השבת
- ↑ אין שטוב פון מרן גאון ישראל הגרי"י קאלמאנאוויטש שליט"א האט זיך געפענט די מגבית "לנו ולבנינו"
- ↑ הרב קאלמאנאוויטש און הרב בורודיאנסקי ביים כנס מחאה אויפן חרוב מאכן ת"ת תפארת יעקב אויף יוטיוב
- ↑ יעקב מלמד, הגרי"י קאלמאנאוויטש תקף: "מטרת המדינה להעבירנו על הדת, צריך להתנתק מהם", אויף JDN (העברעאיש)
- ↑ נפטר געווארן ט"ו סיון תשפ"ד. טרגדיה: הר"מ מקמניץ נפטר מהמחלה בגיל 56. באתר כל רגע