דרעפט:קינות
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
קינות זענען פיוטים וואס דרוקן אויס קלאג, אויפ'ן חורבן בית המקדש, אדער אנדערע צרות ביי כלל ישראל.
קינות לתשעה באב אום תשעה באב דער טאג וואס האט פאסירט דעם חורבן בית המקדש איז פארפאסט געווארן א גרויס צאל קינות וואס קלאגן אויף דעם גרויסן פארלוסט וואס כלל ישראל האט פארלוירן, און דעם שווערן גלות אין וואס מ'איז פארטריבן געווארן.
א גרויס טייל פון די קינות אויף תשעה באב זענען פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר. זיינע פיוטים זענען אויסגעשטעלט אז ביז'ן אות ס' איז א קרובה וואס מ'זאגט מען ביי די ברכות פון חזרת ש"ץ, און פון אות סמך און ווייטער זענען דא קינות צו זאגן נאך שמונה עשרה. די קרובות איז אויסגעשטעלט אויפן גראם, מיט'ן אריסטאך פון 6 מאל די אלף בית, און די נאכפאלגנדע קינות זענען אויפ'ן אריסטאך פון אלף בית אדער תשר"ק, און טייל מאל אויך זיין נאמען. די קינות פון קליר זענען אויסגעשטעלט ווי א קייט, די סוף ווארט פון ערשטן פיוט, איז דער ערשטער ווארט פונעם קומענדיגן פיוט. און איז אין מערסטנס באזירט אויף די פסוקים פון איכה און מדרשי חז"ל.
עס זענען אויך פארהאן נאך פילע פיוטים אויפ'ן חורבן בית המקדש פארפאסט געווארן אין פארשידענע זמנים. איין גאר עלטערער פיוט עד אנא בכיה בציון זאגט מען תשעה באב ביינאכט, און איז פון תקופת הגאונים, וואו די 12 מזלות באוויינען דעם חורבן. דער פיוט איז נישט אויפ'ן גראם.
די קינות זאגט מען זיצנדיג אויף דער ערד, אדער אויף א קליין בענקל, מיט א ניגון פון געוויין און קלאג.
דער לעצטער קינה איז אלי ציון דאס זאגט מען שטייענדיג מיט א ספעציעלן ניגון.
קינות אויף פארשידענע גזירות
עס זענען דא נאך פארשידענע קינות וואס זענען פארפסט געווארן צו קלאגן אויף פארשידענע גיזירות דורכאויס די היסטאריע, טייל פון זיי צו זאגן תשעה באב, און טייל זאגן אין אנדערע געלעגנהייטן.
צוויישן זיי: די עשרה הרוגי מלכות, די הרוגות פון יאר תתנ"ו די שריפת התלמוד, און די צווייטע וועלט מלחמה.