רוי:לימוד התורה

פון המכלול
ווערסיע פון 07:02, 11 אויגוסט 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לימוד התורה, אין אידיש פשוט לערנען, איז א מצוה צו לערנען תורה, און דאס ווערט פאררעכנט אלס די העכסטע פליכט פון יעדן איד.

אין דער פרשה פון שמע ישראל[1], וואס איז די ערשטע פרשה פון קריאת שמע, ווערט אנגעזאגט אז מען זאל אליין לערנען (ודברת בם) די תורה ("הדברים האלה") און מען זאל זי אויך לערנען די קינדער ("ושננתם לבניך"). ווייטער אין חומש דברים[2] ווערט געזאגט "ולמדתם אותם", איר זאלט זיי (די אלע מצוות פון דער תורה) לערנען: אין ספר יהושע[3] ווערט געזאגט וועגן דעם ספר התורה "והגית בו יומם ולילה" (זאלסט אריינטראכטן אין איר בייטאג און ביינאכט).

אין דער משנה און גמרא און שפעטערע ספרים ווערט די באדייטונג פון לערנען תורה באטראכט אלס זייער גרויס. די משנה אין פאה[4] וואו עס ווערן אויסגערעכנט וויכטיגע מצוות, ווי העלפן א צווייטן מענטש, כבוד אב ואם און אנדערע,. ווערט געזאגט "ותלמוד תורה כנגד כולם", אז דאס לערנען תורה איז וויכטיג ווי אלע מצוות צוזאמען. אין דער משנה פון מסכת אבות, וואס איז די זאמלונג פון די ווערטער פון תנאים וועגן דעם ווי אזוי דער איד דארף זיך אויפפירן, ווערט אין פיל ערטער אנגעוויזן אויף דער גרויסקייט פון לערנען תורה, און דער זעקסטער פרק פון אבות, וואס געהערט נישט צו דער משנה נאר איז א ברייתא, איז געווידמעט בלויז צו דערציילן די שבחים פון לערנען און זי הייסט דעריבער די "ברייתא קנין תורה". דארט ווערט געזאגט, אז אפילו ווען מען דארף ליידן, "פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן" (עסן ברויט מיט זאלץ, טרינקען אין א מאס וואסער, שלאפן אויף דער ערד) זאל מען עוסק זיין אין לערנען. אין גמרא[5] ווערט געברענגט אז די תנאים רבי עקיבא און אנדערע האבן באשלאסן אז לערנען איז וויכטיגער ווי טון מצוות, ווייל "תלמוד מביא לידי מעשה", לערנען ברענגט צו טון מצוות: דער רמב"ם אין זיין ספר משנה תורה האט א באזונדערע אפטיילונג פון "הלכות תלמוד תורה", און די מצוה פון לערנען ווערט דארט פאררעכנט פאר די גרעסטע מצוה.

ביי אידן איז דעריבער דאס לערנען געווען זייער פארשפרייט, און דער גרעסטער שבח וואס מען האט געזאגט וועגן איינעם איז געווען, אז ער קען לערנען, ער איז א למדן, א גדול בתורה, א גאון. ווען א פאטער האט א שידוך געטון מיט א טאכטער האט ער געזוכט א חתן א "לערנער", און מען פלעגט דעם חתן פארהערן צי ער קען לערנען (דאס האט א יסוד אין דער גמרא, אז מען טאר נישט נעמען אן איידעם אן עם הארץ[6]).

זעט אויך

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.