רוי:רבי אליעזר זאב האגער

פון המכלול
ווערסיע פון 22:07, 4 אויגוסט 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט מקור)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אליעזר זאב האגער (געב' כ"ג חשון ה'תשי"ז), איז דער וויזשניצער רבי פון ירושלים, און א לאנגיעריגער מעדיצינישער עסקן.

לעבענסגעשיכטע און טעטיגקייט

רבי אליעזר זאב איז געבוירן געווארן אין וויליאמסבורג[1] צו זיין פאטער רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווירער רבי.

ער האט געהייראט מרת דבורה, טאכטער פון רבי דוד טווערסקי, דער געוועזענער סקווירער רבי פון בארא פארק.

אין אויפטראג פון זיין פאטער איז ער געשיקט געווארן קיין ירושלים צו דינען אלס רב פון דער ארטיגער קהילה פון די מאנסי-וויזשניצער חסידים. דער רבי האט יענע יארן אנגעקניפט נאענטע באציאונגען אין שטוב פון דער ירושלימער רב, רבי משה אריה פריינד, ווי אויך מיט דעם תולדות אברהם יצחק רבי, רבי שמואל יעקב קאהן, נאך איידער ער איז געווארן א רבי.

שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין אמעריקע וואו ער אין א געוויסן זון איבערגענומען זיין שווער מיטן קונה זיין א שם פון א מעדיצינישער עסקן, וואס האט פארבינדונגען מיט די גרעסטע דאקטוירים. דער רבי פארברענגט א סאך אין דעם מאונט סיני שפיטאל וואו ער העלפט ארויס טויזנטער חולי ישראל.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער געקרוינט געווארן אלס דער וויזשניץ ירושלימ'ער רבי, דער רבי פארט כסדר קיין ירושלים, אבער איבערן יאר איז דער רבי מער ווייניגער אין בארא פארק, וואו ער דאווענט אין דער שוהל אויף דער 42סטער גאס.

קינדער

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 68

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!