רוי:מומע

פון המכלול
ווערסיע פון 17:16, 4 אויגוסט 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} {{דעסקריפציע|שוועסטער אדער שוועגערין פון די עלטערן}} א '''מומע''' איז א שוועסטער פון איינע פון די עלטערן. א מומע איז פארבינדן צו אירע פלימעניקעס מיט א פערטל פון זייער גענעטישן מאטעריאל. אין אידיש רופט מען אויך אן א מומע די ווייב פון א פע...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א מומע איז א שוועסטער פון איינע פון די עלטערן. א מומע איז פארבינדן צו אירע פלימעניקעס מיט א פערטל פון זייער גענעטישן מאטעריאל.

אין אידיש רופט מען אויך אן א מומע די ווייב פון א פעטער. א מומע פון א טאטע אדער מאמע (א שוועסטער פון א זיידע אדער באבע) איז אן עלטער מומע. אין עטליכע שפראכן, צווישן זיי פויליש און אלבאניש, זענען פארהאן באזונדערע ווערטער פאר א מאמע'ס שוועסטער און א טאטנ'ס שוועסטער.

די שוועסטער פון א טאטע אדער מאמע, ווי אויך די ווייב פון א פעטער, זענען אלע אין כלל פון עריות[1]

די פיגור פון א מומע קומט אפט פאר אין קינדער ליטעראטור. צומאל ווערט די מומע באשריבן אלס די וואס ציט אויף דאס קינד נאכדעם וואס עס איז פאר'יתומ'ט געווארן, אנדערע מאל ווערט זי געשילדערט ווי א עלנדע פרוי וואס שטראלט ארויס טרויער.

רעפערענצן