רוי:רבי חיים שאול גריינימאן
געבורט | ט"ו טבת תרפ"ו |
---|---|
טויט | כ"א ניסן תשע"ה (אלט: 89) |
טעטיקייט ארט | בני ברק, ישראל |
באלאנג | ליטווישע חרדים |
באשעפטיגונג | לערנען תורה, הלכה, מעדיצין |
זיינע רביס | רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש" |
חיבורים | כלילא דוורדא |
הרב חיים שאול גריינימאן (א' ניסן תרפ"ו, 16טן מערץ 1926 - כ"א ניסן תשע"ה, 10טן אפריל 2015) איז געווען א ליטווישער רב און פוסק.
ער איז געווען דער פירער פונעם חוג חזון איש, וואס האט פארטגעזעצט דעם דרך פון זיין פעטער רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש".
לעבנסגעשיכטע
רבי חיים איז געבוירן געווארן אין ווילנע צו זיינע עלטערן, רב שמואל גריינימאן און צִביה, טאכטער פון הרב שמריהו יוסף קארעליץ, שטאסט רב פון קאסעוו (היינט אין בעלארוס), און א שוועסטער פונעם חזון איש - הרב רבי אברהם ישעיהו קארעליץ. אין תרצ"ה (1935) איז ער ארויף מיט זיין משפחה קיין ארץ ישראל און זיי האבן זיך באזעצט אין בני ברק, וואו דער חזון איש האט זיך באזעצט צוויי יאר פריער. ער האט געלערנט אין ישיבת תפארת ציון און דערנאך אין דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקוה און אין ישיבת חברון.
אין תש"ז (1947) האט ער געהייראט חנה דבורה (כ"ט כסלו תרפ"ה – ט' אלול תשע"ח), די טאכטער פון הרב ישראל שלום לוריא (ראטמאן), משגיח אין ישיבת תורת חיים און א מורה הוראה אין דער עדה החרדית. זייער מסדר הקידושין איז געווען הרב רבי איסר זלמן מעלצער. נאך דער חתונה האבן זיי געוואוינט אכט יאר אין שכונת כרם אין ירושלים, און ער האט געלערנט אין דער מירער ישיבה. ער האט זיך געהאלטן בקשר מיטן בריסקער רב, רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק.[1]
הרב גריינימאן איז געווען פאררעכנט א מומחה אין ענינים פון מעדיצין, און איז געווען שטארק פארבינדן מיט דאקטוירים אין ישראל און חוץ לארץ. ער פלעגט ראטן אומזיסט די וואס האבן געוואנדן צו אים אין די עניינים, צווישן זיי דער מעדיצינישער עסקן אלימלך פירער.
ער איז נפטר געווארן שביעי של פסח תשע"ה אין זיין הויז אין בני ברק. און מען האט אים באגראבן אין דעם שומרי שבת בית עולם אין בני ברק.
ביי זיין לוויה, וואס איז פארגעקומען צוויי טעג שפעטער זונטאג כ"ג ניסן צוליב יום טוב און שבת האבן באטייליגט צענדליגע טויזנטער מענטשן.[2] די לוויה איז געפירט געווארן לויט די בקשות פון פון די זיכערהייטס אויטאריטעטן כדי עס זאל נישט נאכאמאל פאסירן אזא אומגליק וואס האט פאסירט א וואך פריער אין בני ברק ביי דער לוויה פום הרב שמואל הלוי וואזנער. איינע פון די לערעס איז געווען נישט אריינלאזן א גרויסן עולם אין שטח פון דער קבורה.[3]
משפחה
רב גריינימאן האט געהאט א צווילינג ברודער - הרב פנחס דוד, און נאך צוויי ברידער - הרב שמריהו והרב מאיר גריינימאן. זיין שוועסטער אסתר איז געווען די ווייב פון דער מירער ראש ישיבה הרב בנימין ביינוש פינקל. צווישן זיינע שוואגערס: הרב אברהם יעקב זאלאזניק, ראש ישיבה פון עץ חיים, און הרב חיים אהרן טורטשין, ראש "ישיבה למצוינים".
זיין זון הרב שמואל איז אן איידעם פון הרב מרדכי מאן. נאך א בארימטער זון איז הרב אברהם ישעיהו, פאררעכנט דער נאכפאלגער פון זיין פאטער. זיין ערשטער איידעם, הרב יוסף חיים בן-דוב, איז ראש ישיבה פון "זכרון מיכאל" אין זכרון יעקב. נאך אן איידעם, הרב ישראל מנחם הירשפעלד, א ראש ישיבה אין "זכרון מיכאל", איז א זון פון פראפ' שלום הירשפעלד פונעם ווייצמאן אינסטיטוט. זיין יונגסטע טאכטער האט געהייראט א זון פון הרב מרדכי חברוני, איינער פון די חברונער ראשי ישיבות.
זיינע תלמידים
- הרב יהודה בויאר
- הרב אברהם גענאכאווסקי
- הרב יחזקאל בערטלער
- הרב יעקב יצחק פרידמאן (ראש ישיבת תפרח)
- הרב שלום מאיר יונגערמאן
רעפערענצן
- ↑ הרב סולובייצ'יק מינה את הרב גריינימן הצעיר לתוקע במניין שלו בראש השנה, וכן שימש אצלו בעל קורא בקריאת המגילה בפורים.
- ↑ ישראל כהן, רבבות בהלוויית הגאון רבי חיים גריינמן זצ"ל • תיעוד, אויף כיכר השבת, 12 באפריל 2015
- ↑ ישראל כהן, רק מאות בקבורת רבי חיים גריינמן זצ"ל • צפו בתיעוד, אויף כיכר השבת, 12 באפריל 2015
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!