רוי:קאסעוו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קאָסעוו (בעלארוסיש: Косава, פויליש: Kosów Poleski) איז אַ שטעטל אינעם איוואַנצעוויטשער ראַיאָן פון דער בריסקער געגנט פון ווייסרוסלאַנד. לויט די אָנגאַבן פונעם 1 יאַנואַר 2013 באַטרעפט די באַפעלקערונג פונעם שטעטל 1997 נפשות.

היסטאריע

אַ יישוב אויפן אָרט פון היינטצייטיקן קאָסעוו האָט עקזיסטירט זינט X – XII יאָרהונדערט. די ערשטע געשריבענע דערמאָנונג וועגן דעם שטעטל געהערט צום 1494טן יאָר. דעמלט איז קאָסעוו געווען אין באַשטאַנד פונעם גרויסן ליטווישן פירשטנטום. אידן האָבן זיך באַזעצט אין דעם שטעטל אינעם XVI יאָרהונדערט. זינט 1795 איז קאָסעוו געווען אינעם באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע. זינט די 80ער יאָרן פונעם XIX יאָרהונדערט זענען אין קאָסעוו געווען איינצייטיק צוויי שטאָט-רבנים – הרב מנחם מענדל שערעשעווסקי און הרב שמריה יוסף קאַרעליץ, דער פאָטער פונעם חזון איש. לויט די אָנגאַבן פון דער רוסלענדישער פאָלקסציילונג פון 1897 זענען אינעם שטעטל געווען 3092 תושבים, צוויי דריטל פון זיי – אידן. בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין 1915 איז קאָסעוו אָקופּירט געוואָרן דורכן דייטישן מיליטער. אין 1916 איז געשטאָרבן הרב שמריהו יוסף קאַרעליץ און דער שטאָט רב איז געוואָרן זיין איידעם הרב אבא סוויאַטיצקי. אין 1919 איז קאָסעוו פאַרכאַפּט געוואָרן דורכן פּויליש מיליטער. אין 1922 איז הרב מנחם מענדל שערעשעווסקי עולה געווען קיין ארץ-ישראל און דער שטאָט-רב איז אָנשטאָט אים געוואָרן הרב יצחק קאַרעליץ (איטשעלע קאָסאָווער), אַ ברודער פונעם חזון איש.

אין 1939 איז דאָס שטעטל פאַרכאַפּט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי און איינגעשלאָסן געוואָרן אינעם באַשטאַנד פון דער ווייסרוסישער סאָוועטישער סאָציִאַליסטישער רעפּובליק. אין 1942, בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע איז די ייִדישע קהילה פון קאָסעוו (חוץ יענע אידן, וואָס זענען אַנטלאָפן אין וועלדער צו פּאַרטיזאַנער) פאַרניכטעט געוואָרן. דעמלט זענען אומגעקומען אויך די ביידע שטאָט-רבנים. אין 1943 האָבן די פּאַרברענט דאָס שטעטל.

היינט-צו-טאָג איז אין קאָסעוו ניטאָ קיין ייִדישע באַפעלקערונג. די אַלגעמיינע באַפעלקערונג פונעם שטעטל (ווייסרוסן און פּאָליאַקן) האָט אַ טענדענץ זיך צו פאַרקלענערן.


באַוואוּסטע מענטשן, געבוירענע אין קאָסעוו

  • טאַדעוש קאָסטיושקאָ (1746 – 1817), דער פּוילישער נאַציִאָנאַלער העלד, דער אָנפירער פונעם אויפשטאַנד פון 1794 קעגן די רוסן, איז געבוירן געוואָרן אין אַ מאַיאָנטעק, וואָס געפינט זיך אַ האַלב-קילאָמעטער פון קאָסעוו.
  • הרב אברהם ישעיהו קאַרעליץ ("חזון איש", 1878 – 1953).


דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!