רוי:רבי שם טוב אבן פאלקיירא

פון המכלול
ווערסיע פון 20:19, 21 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שם טוב אבן פאלקיירא (1225 – נאָך 1290 אין שפּאַניע, פון פּאַלקערא); פילאָזאָף אין מיטלאַלטער, באַמיט אויסצוגלייכן פילאָזאָפיע און רעליגיע; מחבר פון:

  • "ספר הוויכוח", אַ ויכוח צווישן א חכם (פילאָזאָף) און אַ חסיד (קעגנער פון פילאָזאָפיע) אויפצואווייזן, אַז רעליגיע און פילאָזאָפּיע קענען גיין צוזאַמען;
  • "צרי היגון" (באַלזאַם קעגן זאָרג), א פערל פון עטישער ליטעראטור, טרייסט, אויפצואווייזן דעם מענטש, אַז זיינע זאָרגן זענען נאָר אילוזיעס;
  • "המבקש", מוסר און חקירות;
  • "ספר הנפש" איבער דער נשמה;
  • "מורה המורה", פּירוש צום "מורה נבוכים";
  • "ספר המעלות", איבער די מידות פון מענטש.


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!