דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אהרן שמעון שפירא (ה'ש"ס[1] - כ"ט כסלו ה'ת"מ) (אויך גערופן הרא"ש אדער מהר"ש מפראג) איז געווען אַן רב, פוסק, און ראש ישיבה אין שטאט פראג.

ביאגראפיע

רבי אהרן שמעון איז געבוירן אין פראג אלץ בכור צו זיין טאטע רבי בנימין וואלף[2], דער סנדק אין זיין ברית מילה איז געווען דער מהר"ל מפראג. לויט וואס ווערט דערציילט האט ער געזאגט ביי די ברית אַז "הילד הזה בן יקיר הוא, לגדולות נוצר ולאורו ילכו יהודה וישראל" מ׳האט אים א נאמען געגעבן 'אהרן', אבער צוליב אן קרענק האט מען עם צוגילייגט 'שמעון' פאר א סגולה. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביים מהר"ל מפראג, און שפּעטער ביים של"ה - רבי ישעיה הלוי הורוביץ, און רבי שלמה אפרים מלונטשיץ - דער "כלי יקר".

ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע קהילות, און אין יאר ה'ת' איז ער געווארן רב אין פראג און און די גאנצע באהעמיא געגנט, ער האט פארנומען די שטעלע פערציק יאר ביזן טאג פון זיין פטירה. רבי אהרן שמעון האט געליטן פון רדיפות

  1. אויף זיין מצבה איז געשריבן "ואהרן בן שמונים שנה בעמדו לפני בוראו", מען קען דערפון אויספירן אז ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר
  2. מ'האט עם גערופן 'רבי וואלף סלאוויש' נאך זיין ווייב