רוי:ל"ו צדיקים

פון המכלול
ווערסיע פון 08:15, 16 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ל"ו צדיקים זענען 36 צדיקים, געווענליך באהאלטענע, וועלכע געפינען זיך אין יעדן דור לויט דער טראדיציע.

אין דער אידישער פאלקס-לעגענדע ווערט דערציילט, אז אין יעדן דור זענען פארהאן 36 (ל"ו) צדיקים, וואס אויף זיי שטייט די וועלט; די דאזיגע צדיקים זענען "נסתרים"; אויסערליך מאכן זיי נישט קיין איינדרוק פון צדיקים, מערסטנס זענען דאס פשוט'ע בעלי מלאכות, א שוסטער, א שניידער, א דארפס-איד; און ווען דורך א צופאל ווערן זיי אנטדעקט, פארשווינדן זיי.

די לעגענדע שטיצט זיך אויף דער גמרא[1]: "לא פחות עלמא מתלתין ושיתא צדיקי" (די וועלט האט נישט ווייניגער פון 36 צדיקים); אויך אין תיקוני זוהר[2] איז פארהאן וועגן ל"ו צדיקים אין חוץ לארץ און ל"ו צדיקים אין ארץ-ישראל.

אין די חסיד'ישע ספרים ווערט דערציילט אז דעם מעזריטשער מגיד'ס תלמיד, רבי לייב שרה'ס, פלעגט ארומפארן זאמלען געלט פאר די ל"ו צדיקים. וועגן איינעם וואס איז באהאלטענערהייט א צדיק, זאגט מען, אז ער איז א "למד-וואווניק".

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!