רוי:יום טוב

פון המכלול
ווערסיע פון 19:42, 18 נאוועמבער 2021 דורך YI>שבת שלום ומבורך
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סוכה פון חג הסוכות

מוסטער:יידישקייט יום טובֿ (יאָנטעף) בײַ אידן איז אַ טאָג וואָס די תורה האָט אָנגערופן "מקרא קודש" ווען מען טאָר נישט טאָן געוויסע מלאכות, און מען פרייט זיך מיט אַ פליישיקער סעודה און ווײַן, און מיט נײַע קליידער.

די מלאכות וואָס מען טאָר נישט טאָן איז אַזוי ווי שבת, אָבער אַ מלאכה פון "אוכל נפש", למשל, קאָכן און מאַכן גרעסער א פײַער, מעג מען יאָ, ווי אויך טראָגן.


עס איז א גוטער טאג, וואס איז א יומא דפגרא. מ'מאכט גרויסע סעודות. און מען איז פרייליך און גוטמוטיג, געווענליך איז דאס אויך א רוה טאג דורכן אפפייערן.

ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען יעדן יום טוב מקריב געווען ספעציעלע קרבנות אויפן מזבח.

ביי דער תורה טערמענאלאגיע איז דאס אנגערופן חג לה', איז געקומען די גמרא אין געזאגט חציו לה' וחציו לכם, אבער היינט הייסט א חג וואס איז גארנישט מיטן אידישן גאט א חגא.

אידישע ימים טובים פון דער תורה

סוכה

די תורה רעכנט אויס זיבן טעג אין יאר פאר ימים טובים:

היינטיגע צייטן האלט מען ראש השנה צוויי טעג, א' תשרי און ב' תשרי. אין חוץ לארץ האלט מען א צווייטן טאג יעדן יום טוב, אחוץ יום כיפור.

די אלע טעג ווערן גערופן אין דער תורה "מקראי קודש", וואס מען טוט נישט קיין מלאכה. יום כיפור, אזוי ווי שבת, זענען אלע מלאכות אסור. די אנדערע ימים טובים מעג מען טון א מלאכת אוכל נפש, למשל מען מעג קאכן און באקן, און טראגן אין א רשות הרבים וואס מען דארף אויף יום טוב. חול המועד איז אסור אין געוויסע מלאכות.

יעדער יום טוב האט זיין באזונדערע מצווה: פסח עסן מצות, סוכות זיצן אין דער סוכה, ראש השנה בלאזן שופר און יום כיפור פאסטן. ביי אלע ימים טובים, אזוי ווי שבת, צינדט מען ליכט. ווען מען האט געהאט א בית המקדש, איז געווען דריי מאל א יאר, פסח, שבועות און סוכות, א מצווה פון עלייה לרגל, דעריבער הייסן די דריי ימים טובים די "שלוש רגלים", ווען מען איז מקריב אויפן מזבח עולת ראייה און שלמי חגיגה.

ווען איז יום טוב

דער סדר טיש

פסח הייבט זיך אן דעם 15טן טאג אין ניסן.

שבועות איז 7 וואכן נאכ'ן עומר. וואס קומט אויס 6 טאג אין סיון.

ראש השנה איז דעם ערשטן טאג אין תשרי.

יום כיפור איז דעם צענטן טאג אין תשרי.

סוכות הייבט זיך אן דעם 15טן טאג אין תשרי.

שמיני עצרת איז א טאג נאך וואס סוכות ענדיג זיך. (אויפהאלטונג).

זעט אויך