רוי:עליה לרגל

פון המכלול
ווערסיע פון 17:32, 12 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עליה לרגל איז דאס גיין קיין ירושלים אויף יום טוב צו זיין אין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות.

די מצוה עולה-רגל-צו-זיין איז פארהאן אין חומש[1], וואו עס ווערט געזאגט, אז מען דארף עולה-רגל-זיין דריי מאל אין יאר, אויף פסח, שבועות און סוכות. אין דער צייט פון בית המקדש פלעגן עולה רגל זיין קיין ירושלים נישט נאר די אידישע איינוואוינער פון ארץ-ישראל נאר אויך אידן פון אנדערע לענדער ווי בבל[2] און אויך עגיפטן[3] און אויך אנדערע לענדער. אממערסטנס איז מען געקומען אויף פסח, אזוי אז פלאוויוס דערציילט, אז אין ירושלים זענען פסח געווען איבער צוויי מיליאן אידן. די דאזיגע צאל איז ווארשיינליך א גוזמא; אבער פון איר איז צו זען, אז פיל מענטשן זענען געקומען אויף פסח.

אין דער משנה פון חגיגה זענען פארהאן די דינים וועגן עולה-רגל-זיין. די משנה אין שקלים דערציילט וועגן די איינריכטונגען, וואס מען האט געמאכט אין ארץ-ישראל און ירושלים, כדי אויפצונעמען די עולי-רגל; מען האט געמאכט גוטע וועגן, געגראבן ברונעמס צו האבן וואסער פאר די אנקומענדע. די גמרא[4] זאגט, אז די ירושלים-איינוואוינער האבן נישט גענומען פון די עולי רגל קיין געלט פאר פלאץ צום שלאפן. אין משנה[5] ווערט געזאגט, אז קיינער פון די עולי רגל האט נישט געזאגט, אז עס איז אים ענג דאס ארט צום שלאפן אין ירושלים.

נאכ'ן חורבן בית המקדש

דער מנהג עולה-רגל-זיין קיין ירושלים און שטיין ווייט פון שטאט און וויינען אויפ'ן חרבן פון דער שטאט און פון בית המקדש איז געווען איינגעפירט אין די צייטן פון די חכמי התלמוד. זינט ארץ ישראל איז אין זיבעטן יארהונדערט פארנומען געווארן דורך די מאכמעדאנער און אידן האבן באקומען די ערלויבעניש צו זיין אין ירושלים איז דאס עולה-רגל-זיין געווארן גרעסער.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. שמות כג; דברים טז
  2. משנה, תענית פרק א': "עד שיגיע האחרון לנהר פרת"
  3. פילאן דערציילט וועגן זיין עולה-רגל זיין פון אלעקסאנדריע
  4. יומא יב
  5. משנה, אבות פרק ה'
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!