רוי:צפניה

פון המכלול
ווערסיע פון 03:23, 10 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צפניה איז דער נאָמען פון נביא און פון ספר נביאות פון זעלבן נביא, דאָס 9טע ספר פון תּרי עשר. באַלד אין אָנהויב פון ספר צפניה ווערט געזאָגט אַז ער איז געווען דער זון פון "כושי בן גדליה בן אמריה בן חזקיה" אין דער צייט פון יאשיה מלך יהודה (אין 7טן יאָרהונדערט פאַר דער געווענליכער צייטרעכענונג). דאָס ספר אַנטהאַלט 3 פּרקים, שטראָף נבואות אויף יהודה פאַר דער זינד פון געצנדינסט, ווי אויך אויף אַ ריי פעלקער, פּלשתים, מואב, עמון, אשור און איר הויפּטשטאָט ננוה, אויף וועמענס מפּלה ער זאָגט נביאות. צום סוף פון ספר זענען פאַרהאַן נביאות וועגן דער גאולה פון אידישן פאָלק און דעם קבוץ גליות. אין צפניה איז אויך פאַרהאַן אַויסגעדריקט דער אוניווערסאַלער משיח-געדאַנק וועגן דער ברידערשאַפט פון פעלקער "כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד".

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!