רוי:רבי צבי קושעלעווסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 11:32, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי צבי קושעלעווסקי
הרב צבי קושלבסקי עם קופת חסדי שלום.jpg
געבורט ה'תרצ"ו (יארגאנג: 88 בערך)
בת זוג שרה גורוויץ

רבי צבי קושעלעווסקי (געב' תרצ"ו) איז א ליטווישער ראש ישיבה, וואס דינט אלס ראש ישיבת היכל התורה בציון אין ירושלים.

רבי צבי איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב אליהו קושעלעווסקי, א ראש ישיבה פון דער חפץ חיים ישיבה און שפעטער רב פון באר שבע, און זיין מוטער צפורה פייגא, א טאכטער פון יעקב מאיר "דזשייק" גראס.

ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד שרה לאה גורוויץ (נפ' א' ניסן תשע"ה[1]), א טאכטער פון זיין פעטער הרב לייב גורוויץ פון געיטסהעד.

ער איז געווען א ראש ישיבה אין עקס לע בען, פראנקרייך[מקור פארלאנגט], און האט אויפגעשטעלט די "היכל התורה בציון" ישיבה אין ירושלים, וואס געפינט זיך היינט אין הר נוף.

ט"ו באב תשע"ח האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט אן אלמנה פון אמעריקע, אן אדוואקאט. אין ל' אדר א' ה'תשפ"ד, זייענדיג 88 יאר, איז אים געבוירן געווארן דאס ערשטע קינד פון זיין צווייטע ווייב[2][3].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!