רוי:רבי שמואל אבוהב

פון המכלול
ווערסיע פון 11:32, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי שמואל אבוהב
געבורט 1610
ה'ש"ע
פטירה אויגוסט 22 1694 (אלט: 84 בערך)
א' אלול ה'תנ"ד
טעטיגקייט אָרט ווענעציע, איטאליע
ספרים דבר שמואל

רבי שמואל אבוהב (ה'ש"ע, 1610א' אלול ה'תנ"ד, 1694) איז געווען א רב און פוסק אין ווענעציע און איינער פון די אָנגעזענסטע רבנים אין איטאליע בכלל. א ידיד פון רבי משה זכות, וואס צוזאמען האבן זיי געפירט די שטאט. באקאנט פאר זיינע ספרים "דבר שמואל" און "ספר הזכרונות".

רבי שמואל האט געשפּילט א גרויסע ראָלע אין דער מלחמה קעגן שבתי צבי און זיינע אָנהענגער.

לעבנס געשיכטע

רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין האמבורג. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאָר איז ער געפאָרן קיין ווענעציע אין דער ישיבה צו לערנען, און פון דעמאָלט אָן איז ער פארבליבן אין איטאליע.

צוערשט איז ער געווען רב אין וועראנא, דערנאך אין ווענעציע. רבי שמואל אבוהב האָט אויך געקענט א סך וועלטליכע וויסנשאפט, און האט גוט באהערשט לאטיין, דייטש, איטאליעניש, שפאניש.

אקטיוויטעט

ווערק

פון רבי שמואל אבוהב איז געבליבן דאָס ספר "דבר שמואל", וואו צום סוף זענען פאראן תשובות וועגן שבתי צבי און נתן העזתי. אין סֹפַר איז פארהאן אויך די לעבנס-באשרייבונג פון רבי שמואל אבוהב.

צו ליינען מער

  • מאיר בניהו, דור אחד בארץ, אגרות רבי שמואל אבוהב ורבי משה זכות בענייני ארץ ישראל, יד הרב נסים, ירושלים תשמ"ח.
  • ישעיהו זנה, אבני בנין לתולדות היהודים בוירונה.
  • ישעיה תשבי, תעודות על נתן העזתי בכתבי רבי יוסף חמיץ, אין: ספונות: ספר שנה לחקר קהילות ישראל במזרח, חלק א' (עמודים פ' - קי"ז), הוצאת מכון בן צבי, האוניברסיטה העברית, ירושלים תשי"ז.

דרויסנדיגע לינקס

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!