רוי:סיפורי מעשיות

פון המכלול
ווערסיע פון 11:02, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ספורי מעשיות איז מעשיות וואס רבי נחמן מברסלב האט דערציילט, און רבי נתן מברסלב האט עס אפגעשריבן.

זומער ה'תקס"ו האט זיך רבי נחמן מברסלב אנגערופן צו זיינע ארומיגע: איך זע אז תורות העלפט שוין נישט, וועל איך אנהייבן דערציילן מעשיות, און דעמאלס האט ער אנגעהויבן צו דערציילן מעשיות בדרך משל כדי צו מעורר זיין אידן צום אייבירשטען, בסך הכל האט ער דערציילט דרייצן מעשיות, און ער האט געבעטן אז מען זאל עס דרוקן פון אויבן לשון הקודש און פון אונטן אידיש, [1] ער האט זיך אויסגעדריקט גאר גרויסע זאכן אויף דעם ספר און בפרט אויף דער דרייצנטער מעשה.[2]

ה'תקע"ו האט רבי נתן מברסלב געדריקט אין אוסטראה צום ערשטן מאל די סיפורי מעשיות, ער האט צוגעלייגט צו דעם די ערשטע תורה פון ליקוטי מוהר"ן, דער אפטא רב האט נישט געהאלטן אז מען זאל עס דרוקן פאר סתם מענטשן, אבער רבי נתן האט עס יא געדרוקט, ווייל זיין רבי רבי נחמן האט אים קלאר געזאגט אז ער זאל עס דרוקן. [3]

די מעשיות

  • 1) אבידת בת מלך
  • 2) מלך וקיסר
  • 3) חיגר
  • 4) מלך שגזר שמד
  • 5) בן מלך שהיה מאבנים טובות
  • 6) מלך ועניו
  • 7) זבוב ועכביש
  • 8) רב ובן יחיד
  • 9) חכם ותם
  • 10) בערגיר ועני
  • 11) בן מלך שנתחלף
  • 12) בעל תפילה
  • 13) זיבן בעטליר'ס


זעט אויך

רעפערענצן

  1. הקדמה אויף טייטש
  2. חיי מוהר"ן סי' ס"ג
  3. באש ובמים (להרב חיים קרעמער) פרק כ"ה

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!