עזה פאס

פון המכלול
ווערסיע פון 10:58, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


עזה פאס (טעריטאריע)
רצועת עזה / قطاع غزّة
Flag of Palestine.svg
Flickr - Israel Defense Forces - Gaza Buildings (1).jpg
מדינה / טעריטאָריע עגיפטן (1949–1967)
מדינת ישראל (1967–2005)
פאלעסטינער אויטאריטעט (2005–2007)
חאמאס (2007–2023)
מדינת ישראל פארטיידיגונגס-מיניסטעריום מיליטערישע קאנטראל (2023–איצט)
קאָאָרדינאַטן 31°27′N 34°24′E / 31.45°N 34.4°E / 31.45; 34.4 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
הויפּטשטאָט פון טעריטאריע עזה סיטי
אָפיציעלע שפּראַך אראביש
שטח 365 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין טעריטאריע

2,229,000‏  (שטייענדיג 2023)
OCHA OpT September 2023 map of the Gaza Strip.pdf

GazaStripGovernatesNonLabeled.svg

צפון עזה
דיר
אל-באלאח
חאן יונעס
רפיח
מאפע פון עזה פּאַס
עזה לופטפעלד
דער צוים ארום דעם עזה פאס

עזה פּאַס (אַראַביש: قطاع غزّة – קֻטַאע עַ'זֶּה; ענגליש: Gaza Strip; העברעאיש: רצועת עזה; אפט גערופן בלויז עזה) איז א טעריטאָריע מזרח פונעם מיטלענדישער ים וואס גרעניצט זיך מיט'ן עגיפטישן סיני האַלב־אינזל אין דרום און מיט מדינת ישראל אין צפון און מזרח.

די טעריטאריע איז געשאפן געווארן אום 1948 נאכ'ן אומאפהענגיגקייט מלחמה צווישן עגיפטן און מדינת ישראל, ווען עגיפטן האט אנגעהאלטן קאנטראל אויף די שטח, און פילע פאלעסטינער פליטים האבן זיך באזעצט דארט. אין 1967, ביים זעקס טאגיגע מלחמה האט מדינת ישראל איינגענומען דעם טעריטאריע און איר קאנטראלירט ביז די מיטעלע ניינציגער יארן, ווען ביי די אסלא אפמאכן איז געווארן אוועקגעשטעלט די פאלעסטינער אויטאריטעט (PA) צו מער-ווייניגער פארפיגן איבער די טעריטאריע. אין 2005, האט זיך מדינת ישראל איינזייטיג גענצליך ארויסגעצויגן און צעטשטערט די אידישע זידלונגען אינעם טעריטאריע. אין 2006 האט חאמאס געוואונען די ארטיגע וואלן, און אין א קריג דורכאויס די יארן 2006-7 גענצליך ארויסגעשטויסן די PA אנגעפירט דורך די פאטאח פראקציע און איבערגענומען טאטאלע קאנטראל. נאך די חאמאס פוטש האבן עגיפטן און מדינת ישראל ארויפגעלייגט א בלאקאדע אויף די טעריטאריע. אין די נאכפאלגנדע יארן זענען פארגעקומען כסדר'דיגע געשלעגן צווישן חאמאס און מדינת ישראל, ביז אקטאבער 7, 2023 ווען חאמאס האט דורכגעפירט א סורפרייז אטאקע, אומברענגנדיג איבער 1,200 איזראעליס, און פארכאפט נאך 253 קיין עזה. די אטאקע האט נאכגעפאלגט מיט קריג פון מדינת ישראל קעגן חאמאס.

די עזה פאס איז 25 מייל (40 קילאמעטער)* לאנג און 3.7–7.5 מייל (6.0–12.1 קילאמעטער)* ברייט, פארמאגנדיג א שטח פון 140 סקווער מייל (360 סקו�קילא�ער מעטער)*. איר באפלעקערונג איז געשאצט אויף איבער צוויי מיליאן, פון וועלכע א מערהייט זענען סוני מוסלומענער. עזה פּאַס, כאטש דאס נישט זיין אנערקענט אלס א דע יורי טייל פון קיין איין עקזיסטירנדן לאַנד, איז פון די געדיכט-באוואוינטסטע ערטער איבער די וועלט, און האט א הויכע געבורט-ראטע. די געגענט איז ארעם און ליידט פון א הויכע ארבעטסלאזיגקייט ראטע, מיט איבער 75% פון די באפעלקערונג אנגעוויזן אויף הומאניטערשע הילף. די באפעלקערונג איז געוואקסן פון 1,899,291 אין 2017 צו א געשאצטע 2,226,544 אין 2023.

היסטאריע

הייזער אין עזה פּאַס אין 1956

פאַר דער זעקס־טאגיגע מלחמה

UN צעטיילונג פלאן פון 1947, וואו די עזה פאס און די שטחים ארום ווערן צוגעטיילט צום אראבישן לאנד
הייזער אין עזה פּאַס אין 1956

זינט דער 16'טער יארהונדערט איז די עזה פאס - ווי גאנץ ארץ ישראל, געווען קאנטראלירט דורך דער אטאמאנישער אימפעריע. אין 1906 האבן די אטאמאנער און די בריטישע אימפעריע אוועקגעשטעלט דעם דרום-גרעניץ צווישן ארץ ישראל און עגיפטן ביי רפיח[1]. נאך די נידערלאגע פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין דער ערשטער וועלט מלחמה (1914–1918), איז די עזה געגנט געווארן א טייל פונעם בריטישער מאנדאט פון פאלעסטינע, נאך וואס עגיפטן האט צוריקגעוויזן די בריטישע פרואוו איר איבערצוגעבן די פירערשאפט[2]. אידן האבן דורכאויס די היסטאריע כסדר צייטנווייז געוואוינט אין עזה ביז די תרפ"ט ראיאטן, ווען זיי זענען ארויסגעצוואונגען געווארן צוליב די ווילדע אומרוען דורך די אראבער,ווען נאנט צו 135 זענען אומגעקומען, און די בריטן האבן פארבאטן אידן צו וואוינען אין עזה, צו לינדערן די אנגעצויגנקייט און באַרואיגן די אַראַבער. אין 1946 איז ווידער געגרינדעט געוואָרן קיבוץ כפר דרום דורך עטליכע אידן, כדי צו פאַרמיידן די בריטן פון אפּטיילן דעם נגב פון דער אידישער מדינה[3].

אין נאוועמבער 1947 האָט די אַלגעמיינע פארזאמלונג פון די פאראייניגטע פעלקער (יו-ען) אָנגענומען אַ פּלאַן פאַר דער אַראַביש-אידישער צעטיילונג פון פּאַלעסטינע, אונטער וועלכן מען זאָל צוטיילן די געגענט ארום עזה און אַ שטח פון אַרומיגע טעריטאָריע דורכאויס דעם ים־ברעג, פון יבנה ביז רפיח אויף דער עגיפּטישער גרעניץ, פאר די אַראַבער[4]. דער בריטישער מאנדאט האט זיך פארענדיגט אום מאי 15, 1948, און אין דעם זעלבן טאג האט זיך אנגעהויבן די ערשטע אראבישער-מדינת ישראל מלחמה. עגיפטישע קרעפטן זענען באלד אריין אין שטעטל עזה. אלס א רעזולטאַט פון שווערע קאַמפן אין הערבסט 1948, איז די געגנט אַרום די שטאָט אונטער אַראַבישער אקופּאַציע רעדוצירט געווארן צו אַ פּאַס פון טעריטאָריע 25 מייל (40 קילאמעטער)* לאַנג און 4–5 מייל (6.4–8.0 קילאמעטער)* ברייט. די געגנט איז געווארן באקאנט ווי די עזה פּאַס. אירע גרעניצן זענען געווארן פעסט־געשטעלט אינעם עגיפּטישן-מדינת ישראל וואָפן-שטילשטאנד פון פעברואר 24, 1949.

עזה סיטי אין 1967

דער עזה פאס איז געווען אונטער עגיפּטישע מיליטערישע הערשאפט פון 1949 ביז 1956 און ווידער פון 1957 ביז 1967. די אראבישע ליגע האט אוועקגעשטעלט די פולע-פאלעסטינער רעגירונג צו רעגירן איבער עזה, און עגיפטן האט פארטיילט פאר די איינוואוינער פאלעסטינער פאספארטן אנשטאט עגיפטישע בירגערשאפט. די רעגירונג איז בלויז געווען אויף פאפיר און געדינט ווי א שלייער צו די עגיפטישע פאקטישע פירערשאפט, ביז 1959 ווען עס איז גענצליך אויפגעלעזט געווארן[5]. פון אנהויב איז די הויפט עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעם פון דער געגנט געווען דאס אָנוועזנהייט פון א גרויסע צאל פאלעסטינער אראבישע פליטים וועלכע וואוינען אין עקסטרעמע אָרעמקייט אין נאָכגעלאָזטע לאגערן. די עגיפטישע רעגירונג האט נישט באטראכט דעם געביט פאר א טייל פון עגיפטן און האט נישט געלאזט די פליכטלונגען ווערן עגיפּטישע בירגער אדער צו מיגרירן קיין עגיפטן אדער צו אנדערע אראבישע לענדער וואו זיי זאלן ווערן אינטעגרירט אין דער באפעלקערונג. מדינת ישראל האָט זיי נישט געלאָזט זיך אומקערן צו זייערע אַמאָליגע היימען אָדער באַקומען פאַרגיטיגונג פאַר זייער פאַרלוסט פון פאַרמעגן. די פליטים זענען געווארן אויסגעהאלטן אין גרעסטן טייל מיט'ן הילף פון דער UNRWA. אסאך פון די יונגערע פליכטלונגען זענען געווארן פעדייאין (אראבישע גערילע אפערירנדיג קעגן מדינת ישראל); זייערע אטאקעס אויף מדינת ישראל זענען געווען איינע פון די אורזאכן וואס האבן געברענגט די סיני קאמפיין ביי די סועץ קריזיס פון 1956, ווען דער פּאַס איז איינגענומען געווארן דורך מדינת ישראל. די פאס איז אומגעקערט געווארן צו עגיפּטישער קאָנטראָל אין 1957 נאָך שטאַרקע אינטערנאַציאָנאַלע דרוק אויף מדינת ישראל.

מדינת ישראל קאנטראל

מדינת ישראל זעלנער אין עזה אין 1969

אין דער זעקס-טאָגיגער מלחמה פון יוני 1967, איז דער עזה-פּאַס ווידער איינגענומען געוואָרן דורך מדינת ישראל, וואָס האָט אקופּירט דעם ראיאן דעם נאכפאָלגנדן פערטל יאָרהונדערט. דורכאויס דער מלחמה, האט מדינת ישראל געהאט קיין אנונג וואָס זי וועט טאָן מיט די טעריטאָריע. אשכול האָט עס גערופן "אַ ביין שטעקן געבליבן אין אונזער האַלז."[6] די ערשטע ישובים זענען געגרינדעט געווארן דורך די ארבעטער רעגירונג אין די אנהייב 1970ער יארן. דער ערשטער איז געווען כפר דרום, וואס איז אריגינעל געגרינדעט געווארן אין 1946, און רעפארמירט געווארן אין 1970. אין 1981, אלס טייל פון א שלום אפמאך מיט עגיפטן, זענען די לעצטע ישובים פון סיני צעשטערט געווארן, און טייל אידן האבן זיך אריבערגעצויגן קיין עזה געגנט. איזראעלי זידלער האבן געוואוינט אין 18 פּראָצענט פון די 363 קוואַדראַט קילאָמעטער שטח. זיי האבן זיך שיטער באזעצט אין דער געגנט אין פאַרגלייך מיט די געדיכטקייט פון די פּאַלעסטינער געגנטער אין די עזה פּאַס. אין עזה זענען געווען איין און צוואנציג ישובים. די מערסט באוואוינטע גוש קטיף געגנט האט אנטהאלטן ארום דרייסיג שולן, ווי אויך ישיבת תורת החיים מיט 200 בחורים, א הסדר ישיבה מיט 150 בחורים, א מכינה אין עצמונה מיט 200 בחורים, ישיבות אין נְצָרים און כפר דרום, 6 כוללים, א מדרשה פאר מיידלעך אין נווה דקלים, און נאך. אלע ישובים האבן געהאט אייגענע שולעס, סעמינארן, געשעפטן און דאקטוירים.

די גרעסטע גרופע זידלונגען איז געווען דער קטיף בלאק, וואס האט זיך געפונען צוזאמען דעם דרום עזה קאָוסטליין. די ישובים האָבן בלאָקירט צוטריט צום ברעג פון די גרויסע פּאַלעסטינער שטעט חאן יונס און רפיח און צעמענטירט מדינת ישראלדיגער קאָנטראָל אויפן עגיפּטן-עזה גרעניץ. נאך א גרופע זידלונגען (באשטאנען פון עלי סיני, דוגית און ניסנית) האבן זיך געפונען דורכאויס דעם צפון גרעניץ פון עזה מיט מדינת ישראל, וואס האט פארברייטערט די מדינת ישראל אנוועזנהייט פון דער שטאט אשקלון (אינערהאלב מדינת ישראל) ביז די עקן פון עזה סיטי (די ארז אינדוסטריעל זאנע איז א טייל פון דעם בלאָק). נצרים, כפר דרום און מורג זענען סטראַטעגיש געווען לאָקירט אין די האַרץ פונעם עזה סטריפּ (דורכאויס א צפון-דרום אַקסיס), שאפנדיג די ראַמען פאַר מדינת ישראל קאָנטראָל פון דער געגנט און איר הויפּט טראַנספּארטאַציע רוט, און דערלייכטערט די פעאיגקייט פון מדינת ישראל צו צעטיילן די עזה פּאַס אין באַזונדערע געביטן און איזאָלירן די איינוואוינער פון יעדער געגנט. דערצו האבן די זידלונגען קאַנטראָלירט ערשטקלאַסיגע אגריקולטוראלע לאַנד, עטליכע פון די געגנט'ס הויפּט וואַסער־לייטונגען, און אומגעפער איין דריטל פון די גאַנצע עזה ברעג־ליניע.

די ישובים פון עזה האָבן זיך געציילט פון רעליגיעזע קהילות (עצמונה, בדולח, גדיד, גני טל, גן אור, קטיף, כפר דרום, מורג, נצרים, נצר חזני און נווה דקלים) צו אומ-רעליגיעזע געמיינדעס (דוגית, עלי סיני, כפר ים), צו געמישטע קהילות (ניסנית, פתח שדה און רפיח ים). זייערע עקאָנאָמיעס זענען אין אלגעמיין געווען באזירט אויף אַגריקולטור (מיט פילע קלאַסיפיצירט ווי "מושבים" אָדער קאָאָפּעראַטיווע לאַנדווירטשאַפטליכע דערפער), מיט אייניגע לאקאלע אינדוסטריע (נווה דקלים און קטיף) און טוריסט אייריכטונגען (דוגית, קטיף בלאָק). איין ישוב, גדיד, האָט געהאַט אַ גרויסע פראַנצויזישע באַפעלקערונג און האָט אויפגעהאַלטן אַן אויפנאמס־צענטער פאר נייע אימיגראַנטן פון פראַנקרייך. דער אפגעזונדערטער לאָקאַציע פונעם גוש קטיף בלאָק האָט צוגעצויגן עטליכע פון די מערסט אידעאָלאָגיש-מאָטיווירטע מיטגלידער פון דער עזה-זידלונג געמיינדע. איינוואוינער פונעם צפון בלאק (עלי סיני, ניסנית און דוגית) זענען פיזיש אפגעשיידט געווארן פון די רעשט פון די עזה מתנחלים (צו דערגרייכן די אנדערע ישובים האבן זיי געדארפט רייזן קיין מדינת ישראל, דערנאך צוריק אריין אין עזה, דורך אן אנדער אריינגאנג) און זייערע סאציאלע און עקאנאמישע לעבנס זענען געווען מער ענג פארבונדן מיט מדינת ישראל ווי אנדערע זידלער, מיט אסאך פון די איינוואוינער ארבעטנדיג און שטודירנדיג אין מדינת ישראל.

אינטיפאדעס און ריקצוג

מדינת ישראל זעלנער און פּראָטעסטירער אין עזה בשעת די אינטיפאדע אין 1987

אידן און מוסולמענער האָבן געלעבט צוזאַמען פאַר מער ווי אַ יאָרצענדלינג, אָבער די שפּאַנונג איז געוואקסן און אין דעצעמבער 1987 איז א אידישער איינקויפער אין אַן עזה מאַרק דערשלאָגן געווארן צום טויט. דעם אנדערן טאג האט א מדינת ישראל טראק אומווילנדיג אומגעברענגט פיר אראבער, וואס האט געברענגט די ערשטע ראיאטן און ווילדע גאַסן צוזאמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער אין עזה און די אָקופּירנדע מדינת ישראל טרופּן וועלכע האָבן אָנגעצייכנט דאס געבורט פון אַן אויפשטאַנד וואָס איז געווארן באקאנט אלס די אינטיפאדע (אַראַביש, "זיך אפּשאָקלען").

אין 1994 האט מדינת ישראל אָנגעהויבן אַ ביסלעכווייזע איבערפירונג פון רעגירונג אויטאָריטעט אין די עזה סטריפּ צו די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט (PA) אונטער די טערמינען פון די אָסלאָ אַקאָרדס וואָס זענען גע'חתמ'עט געווארן דורך מדינת ישראל און די פּאַלעסטינע באַפרייאונג ארגאניזאציע (PLO), וואס האט נאכגעפאלגט מיט א קורצע צייט פון רואיגקייט. די נארוואס־געבוירענע פאלעסטינער רעגירונג, אנגעפירט דורך יאסיר אראפאט, האט זיך געמוטשעט מיט אזעלכע פראבלעמען ווי א שטייענדע עקאנאמיע, צעטיילטע פאלקס שטיצע, אפגעשטעלטע פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל איבער ווייטערדיגע טרופן אפּטרעטן און טעריטאָריאַליטעט, און די דראאונג פון טעראָר דורך מיליטאַנטישע מוסולמענע גרופּעס ווי איסלאַמישן דזשיהאַד און חאַמאַס, וואָס האָבן זיך אַנטזאָגט צו איינגיין אויף קאָמפּראָמיסן מיט מדינת ישראל און האָבן דייקא געוואלט אינטערהאַקן דעם שלום-פּראָצעס. אָנגעהויבן אין סוף יאר 2000, האט אַ צוזאַמפאַל אין געשפּרעכן צווישן די PA און מדינת ישראל נאכגעגאפאָלגט מיט אַ ווייטערע, מער עקסטרעמע אויסברוך פון געוואַלדטאַטן, גערופן די צווייטע, אָדער אַקצא, אינטיפאדא. אין אָנשטרענגונג צו ענדיגן די קאמפן, האָט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אריאל שרון, אין ענדע 2003, געמאָלדן א פּלאַן, וואָס האָט זיך צענטרירט אויף דאס צוריקציען מדינת ישראל זעלנער און זידלער פון עזה פאס. אין סעפטעמבער 2005 האָט מדינת ישראל פאַרענדיגט דעם ריקצוג פון דעם טעריטאָריע, און די קאנטראל פון עזה פּאַס איז אריבערגעפירט געווארן צו די PA, כאָטש מדינת ישראל האָט ווייטער פּאַטראָלירט אירע גרעניצן און לופט־רוימען.

מדינת ישראל און די פאלעסטינער זענען איינגעגאנגען אז די געביידעס זאלן אראפגעריסן ווערן און די ארמיי האט אנגעהויבן דעם פראצעס נאכדעם וואס די איינוואוינער זענען געווארן ארויסגעטריבן. א סך הכל פון 1,700 פאמיליעס זענען ארויסגעריסן געווארן מיט א קאסט פון כמעט 900 מיליאן דאלאר. דאָס האָט אַריינגענומען 166 איזראעלישע פאַרמערס וואָס פּראָדוצירן 120 מיליאָן דאָלער אין בלומען, פרוכט און גרינצייג. בערך 15 פראצענט פון ארץ ישראל'ס לאנדווירטשאפט עקספארט האט געשטאמט פון עזה, אריינגערעכנט 60 פראצענט פון איר קארש טאמאטאן און קרויט עקספארט. מדינת ישראל האָט אויך פאַרלוירן 70 פּראָצענט פון אַלע אירע אָרגאַנישע פּראָדוקטן, וואָס איז אויך געוואַקסן אין עזה. זינט דער ריקצוג־פּראָצעס איז פאַרענדיקט געוואָרן, האבן אידן מער נישט געקענט וואוינען אין די עזה־פּאַס.

אונטער חאַמאַס'נס גאווערנאַנץ

אין די 2006 PA פּאַרלאַמענטארישע וואַלן, האָט פאַטאַח – וואָס האט דאַמינירט די פּאַלעסטינע פּאָליטיק זינט איר גרינדונג אין די 1950ער – געליטן אַן אנטשיידנדע נידערלאַגע צו חאַמאַס, אפּשפיגלנדיג יאָרן פון אומצופרידנהייט מיט פאַטאַח'ס רעגירונג, וואָס איז געווארן קריטיקירט אַלס קאָרופּטירט און אומ־עפעקטיוו. דער זיג פון חאַמאַס האָט געפירט צו סאַנקציעס פון מדינת ישראל, די פאראייניגטע שטאטן און דעם אייראפעאישן פאראיין, וועלכע יעדער פון זיי האט אריינגעשטעלט די ארגאניזאציע אויף איר אפיציעלע ליסטע פון טעראר גרופעס. די עזה פאס איז געווען דער פּלאַץ פון שטייגענדע געוואַלדטאַטן צווישן די קאָנקורירנדע גרופּעס, און אַ קורץ-געלעבטע קאָאַליציע רעגירונג האט זיך געענדיגט אין יוני 2007 נאָך וואס חאַמאַס האט גענומען קאָנטראָל פון די עזה פּאַס און אַ פאַטאַח-געפירטע נויטפאַל קאַבינעט האט איבערגענומען קאָנטראָל פון די מערב ברעג. טראָץ רופן דורך PA פרעזידענט מאחמוד אבאס פאר חאמאס זאל אויפגעבן איר פאזיציע אינעם עזה פאס, איז דער טעריטאריע געבליבן אונטער חאמאס'ס קאנטראל.

פאַרזוך פאר אויסגלייכונג מיט פאַטאַח

א רייע פרואוון זענען געמאכט געווארן זיך צו אויסגלייכן מיט דער פאטאח־געפירטע PA. אַן ערשט אָפּמאַך איז געווארן דערגרייכט אין 2011 אָבער האט נישט געברענגט צו פיל ענדערונג. אין 2014 איז דערגרייכט געווארן א נייעם אפמאך, אין וועלכן חאמאס האט איינגעשטימט איבערצוגעבן די אדמיניסטראציע פון עזה צו די PA און אנערקענען דעם פרעמיער מיניסטארשאפט פון ראמי חאמדאללא. אַזוי האָט די חאַמאַס רעגירונג אין עזה רעזיגנירט, אריינגערעכנט דער פרעמיער מיניסטער איסמעאיל האניעה. פאָרט איז די PA נישט ערלויבט געוואָרן צו ווידער נעמען קאָנטראָל פון פּובליק אינסטיטוציעס אין די עזה פאס ביז ענדע 2017, נאָך אימפּלעמענטאַציע פון אַ נייער הסכּם. פאר די PA איז אָבער נישט געלונגען צו באַקומען פולע גאווערנאַנץ אין דער געגנט, און האָט באַשלאָסן צו שניידן פאנדינג צו די עזה סטריפּ אין 2018. אזויווי די מיינונגס־פארשידנהייטן האבן פאָרגעזעצט צו עסקאַלירן, האט די PA אויפגעהערט אַפּערירן די רפיח גרעניץ אַריבערגאַנג מיט עגיפּטן אין יאנואר 2019. שפּעטער יענעם חודש האט חאַמדאַללאַ רעזיגנירט, ענדיגנדיג דערמיט די אחדות־רעגירונג.

בלאקאַדע פון עזה פּאַס

רפיח גרעניץ אַריבערגאנג אין 2012

אין הערבסט 2007 האָט מדינת ישראל דערקלערט דעם עזה סטריפּ אונטער חאַמאַס ווי אַ פיינטליכע געביט און באשטעטיגט אַ סעריע סאנקציעס, וואָס האָבן אַריינגענומען עלעקטריע שניטן, שווער באַגרעניצטע אימפּאָרטן, און גרעניץ שליסונגען. אין יאנואר 2008, שטייענדיג קעגן אָנהאַלטנדע ראַקעט אַטאַקעס אין אירע דרום זידלונגען, האָט מדינת ישראל פארברייטערט אירע סאנקציעס, מיט'ן פולשטענדיג פארזיגלען איר גרעניץ מיט עזה פּאַס און צייטווייליג פארמיידן ברענשטאף אימפּארט. שפעטער יענעם חודש, נאך כמעט א וואך פון דעם פארשארפטן מדינת ישראל-בלאקאדע, האבן חאמאס'ס קרעפטן צעשטערט טיילן פון דער באריער דורכאויס דעם גרעניץ פון עזה סטריפ-עגיפטן (פארשלאסן זייט חאמאס'ס איבערנעמען אינמיטן 2007 ביז 2011), עפענענדיג לעכער דורך וועלכע, לויט עטליכע אפשאצונגען, הונדערטער טויזנטער עזה'אַנער זענען דורכגעגאנגען אריין קיין עגיפּטן צו קויפן עסנוואַרג, ברענשטאָף און וואַרע אומערהאַלטבאַר אונטער די בלאקאַדע. עגיפּטישער פּרעזידענט חאָסני מובאַראַק האָט צייטווייליג ערלויבט דעם דורכברוך צו לינדערן דעם נויט פון די ציווילע אין עזה איידער די באמיאונגען האָבן געקענט אנהייבן צוריקשטעלן די גרעניץ.

אין די יארן נאך וואס די מדינת ישראל בלאקאדע אויף עזה איז איינגעשטעלט געווארן, האט אן ארגאניזאציע באקאנט אלס די באפריי עזה באוועגונג געמאכט א צאל מאריטימע באמיאונגען איר צו דורכברעכן. דער ערשטער אַזאַ מיסיע – וואָס איז באַשטאַנען פון אַ צוויי שיפן מיט מעדיצינישע סופּלייס און עטליכע 45 אַקטיוויסטן – איז געווארן ערלויבט צו דערגרייכן עזה אין אויגוסט 2008, און פיר מיסיעס אין די נאכפאלגנדע מאנאטן זענען אויך געווען ערפאלגרייך. אין מאי 2010 איז אַ פלאָטילע אויפ'ן וועג קיין עזה געווען דער סצענע פון אַ צוזאַמשטויס צווישן אַקטיוויסטן און מדינת ישראל קאָמאַנדאָס, אין וועלכע 9 פון די מער ווי 600 אַקטיוויסטן זענען אומגעקומען.

אונטער מובאראק, איז עגיפטן'ס קאאפעראציע אין דורכפירן די בלאקאדע געווען טיף אומפאפולער ביים עגיפטישן פובליק. אין מאי 2011, פיר מאנאטן נאכדעם וואס א פאלקס אויפשטאנד אין עגיפטן האט געצוואונגען מובאראק אפצוטרעטן אלס פרעזידענט, האט עגיפטן'ס צייטווייליגע רעגירונג געמאלדן אז זי וועט פּערמאנענט ווידער עפענען די רפיח גרעניץ אריבערגאנג, ערלויבנדיג פאלעסטינער אריבערצוגיין צווישן עגיפטן און עזה. אומגעפער 1,200 מענטשן זענען ערלויבט געווארן צו אריבערגיין דעם גרעניץ טעגליך, כאָטש עס איז פארבליבן פארמאכט פאַר האַנדל. פאָרט אָבער, אין די אומרוען נאָך דאס ארויסשטויסן דעם עגיפּטישער פּרעזידענט מאָחאַמעד מאָרסי אין די זומער פון 2013, איז פאַרקער דורך די גרעניץ איבערגאנג רעדוצירט געווארן צו 50 מענטשן פּער טאָג צוליב זיכערהייט זאָרגן און איז שפּעטער אינגאַנצן פארמאכט געווארן.

נאך וואס די PA האט איבערגענומען קאנטראל פון די רפיח גרעניץ איבערגאנג אין ענדע 2017, האָט עגיפּטן אין מאי 2018 אָנגעהויבן ערלויבן 200 מענטשן פּער טאָג אַריבערצוגיין די גרעניץ. די גרעניץ איז קורצליך פארמאכט געווארן נאך וואס די PA האט איבערגעלאזט דעם עזה סטריפ אין יאנואר 2019, אבער עס איז ווידער געעפנט געווארן וואכן שפּעטער דורך חאַמאַס. דורכאויס דער זעלטענער און פארלענגערטער פארגרינגערונג פון דער גרעניץ זאל האבן באריכטעט געווארן אז צענדליגער טויזנטער עזה'ער האבן פּערמאנענט עמיגרירט פון עזה.

נאָך חדשים פון געוואַלדטאטן צווישן מדינת ישראל און חאַמאַס אין מיטן 2018, האט מדינת ישראל אנגעהויבן צו פארגרינגערן באגרעניצונגען אויף איר בלאקאדע אַלס טייל פון אַן אָנשטרענגונג צו שאפן אן אינסענטיוו פאר אַ מער לאַנג-טערמין פייער-אָפּשטעל אפּמאך צווישן די צוויי. אין 2019 האָט מדינת ישראל ערלויבט דעם שטראָם פון נאָך סחורה אריין און אַרויס פון דער טעריטאָריע, פארברייטערט די ערלויבט פישעריי זאָנע פאַר עזה צו איר גרעסטער מאָס אין מער ווי אַ יאָרצענדלינג, און אנגעהויבן צו לאָזן טויזנטער פון עזה איינוואוינער אַריבער די גרעניץ צו אַרבעטן אין מדינת ישראל.

קאַטאַר האָט דערווייל אָנגעהויבן פאָרשלאָגן צענדליגער מיליאָנען דאָלער אין הומאַניטאַרער הילף צום עזה פּאַס אין ענדע 2018, נאָכדעם וואָס סיי מדינת ישראל און סיי עגיפּטן האָבן איינגעשטימט צו ערלויבן די הילף. ביז 2021 האט זי אויסגעטיילט כמעט $400 מיליאָן צו די טעריטאָריע.

קאָנפליקט מיט מדינת ישראל

פארניכטעטע געביידעס אין רפיח נאך אפעראציע געגאסענע בליי אין 2008

אין יוני 2008, נאך מאנאטן פון הין-און-צוריק אנגריפן און איבערפאַלן, זענען מדינת ישראל און חאַמאַס איינגעגאנגען צו אימפּלעמענטירן אַ וואפן־שטילשטאנד געפּלאַנט צו געדויערן זעקס חדשים. אָבער דאָס איז געווארן באדראָעט באַלד דערנאָך ווען יעדער באשולדיגט דעם אנדערן אין פאַרלעצונגען, וואָס האט עסקאַלירט אין די לעצטע חדשים פונעם אפּמאַך. ווען דער שטילשטאנד איז אפיציעל אויסגעלאָפן אום דעצעמבער 19, האט חאמאס געמאלדן אז זי פּלאַנט נישט עס צו פארלענגערן. ברייטערע פיינטליכקייטן האבן אויסגעבראכן באלד דערנאָך, ווען מדינת ישראל, רעאַגירנדיג צו אנגייענדע ראַקעט פייער, האָט אָנגעהויבן א סעריע לופט אטאקעס איבער דעם ראיאן – פון די שטערקסטע אין יארן – מיט'ן ציל אנצוגרייפן חאַמאַס. נאָך אַ וואָך פון לופט אטאקעס, האבן די מדינת ישראל קרעפטן אנגעהויבן אַן ערד קאמפּיין אין די עזה פּאַס בשעת רופן פון די אינטערנאַציאָנאַלע געמיינדע פאַר אַ פייער-אפשטעל. נאך מער ווי דריי וואכן פון פיינטליכקייטן – אין וועלכע פיללייכט מער ווי 1,000 זענען אומגעקומען און צענדליגער טויזנטער זענען געבליבן היימלאָז – האבן מדינת ישראל און חאמאס ביידע דערקלערט אן איינזייטיגער פייער-אפשטעל.

אנהייב נאוועמבער 14, 2012, האט מדינת ישראל ארויסגעלאזט א סעריע לופט אטאקעס אין עזה, אלס רעאקציע צו א פארמערונג אין די צאל ראקעטן וואס זענען געשאסן געווארן פון עזה אויף מדינת ישראל טעריטאריע אין די פארגאנגענע ניין מאנאטן. דער הויפט פונעם מיליטערישן פליגל פון חאמאס, אחמעד סאעיד חאליל אַל-זשאבארי, איז אומגעקומען אינעם ערשטן אנגריף. חאַמאַס האָט רעאגירט מיט פארמערטע ראַקעט אטאקעס אויף מדינת ישראל, און די קאמפן זענען אנגעגאנגען ביז די צוויי זייטן האבן דערגרייכט א פייער-אפשטעל אפמאך אין נאוועמבער 21.

בית חאנון געגנט פון עזה אין אויגוסט 2014, נאך מדינת ישראל באמבארדירונגען

אין יוני 2014 זענען דריי מדינת ישראל-בחורים פאַרכאַפּט געווארן; מדינת ישראל האָט דורכגעפירט אַ מאַסיווע קרעקדאַון אין די מערב ברעג און פארשטערקערט לופט אטאקעס אין די עזה סטריפּ, פירנדיג צו נקמה ראַקעט פייער פון חאַמאַס. ווי די קאמפן האבן ווייטער עסקאַלירט, האט מדינת ישראל געלאזט אין גאַנג א 50 טאגיגע אפענסיוו אינעם עזה פּאַס אום יולי 8. ארום 2,100 פאלעסטינער און מער ווי 70 איזראעיליס זענען אומגעקומען אינעם נאכפאלגנדיגן קאנפליקט, מיט ארום 5,000 צילן געטראפן אין עזה סטריפ. טראָץ די פאַרניכטונג, איז חאַמאַס'ס באהאנדלונג פון דעם קאָנפליקט געווארן אנגעקוקט פּאזיטיוו דורכויס דורך די פּאַלעסטינער און ארויפגעשטיפט די פּאָפּולאַריטעט פון די גרופּע.

אין פרילינג פון 2018 איז אַ רייע ​​פּראָטעסטן דורכאויס די גרעניץ מיט ישראל, וואָס האט אַריינגערעכנט פּרואוון צו אריבערגיין דעם גרעניץ און פליענדע פלאַמענדע פלי־בלעטער, געווארן ווילד אפּגעענטפערט פון מדינת ישראל. סיי די פּראָטעסטן און סיי די געוואַלדטאַטן האָבן דערגרייכט זייער הויכפּונקט אין מאי 14, ווען בערך 40,000 עזה'נער האָבן זיך באַטייליגט אין די פּראָטעסטן. ווען אסאך פון זיי האבן פרובירט אריבערצוגיין די גרעניץ אויף אמאל, האבן די מדינת ישראל טרופן געעפנט פייער, אומברענגנדיג ארום 60 מענטשן און פארוואונדענדיג 2,700 אנדערע. די געוואַלדן האבן עסקאַלירט צו מיליטערישע אטאקעס פון מדינת ישראל און ראַקעט פייער פון חאַמאַס און זיך געצויגן עטליכע חדשים.

צווישן די טיילמאָליגע צוזאמשטויסן, און ווען עגיפּטן האָט געפּרואווט פאַרמיטלען צווישן זיי אַ לאַנג-טערמיניגן וואפן־שטילשטאנד, האָבן מדינת ישראל און חאַמאַס געשיינט צו מאַכן עפּעס מי צו דע-עסקאַלירן די געשפּאַנטע סיטואציעס. אין אָקטאָבער, ווען ראַקעטן פייערן פון עזה סטריפּ האָבן געטראָפן מדינת ישראל, איז מדינת ישראל געקומען צום אויספיר אַז די ראַקעטן זענען ארויסגעלאָזט געווארן דורך אַ בליץ. אין נאוועמבער איז אויפגעדעקט געווארן א געהיימע מדינת ישראל אפעראציע אינעם עזה סטריפ, און חאַמאַס האט רעאגירט מיט שיסן הונדערטער ראקעטן קיין מדינת ישראל. מדינת ישראל האָט אפּגעענטפערט מיט מער ווי 100 לופט אטאקעס. די צוויי זייטן זענען אָבער געשווינד איינגעגאנגען אויף אַ וואפן־שטילשטאנד, און איבער 2019 און אריין אין 2020, האבן זיי פאָרגעזעצט צו פאַרהאַנדלען א לאַנג-טערמיניגן "פארשטאנד" צו אויפהאלטן שלום און פארגרינגערן די בלאַקאדע. די דיסקוסיעס, כאָטש טייל מאָל געשטערט דורך קורצע אויסברוכן פון טיט-פאַר-טאַט געוואַלדעס, זענען פארשטארקט געווארן דורך אפּגעשטעלטע גרעניץ פראטעסטן און אַ לויזענונג פון די איינצוימונגען אויף האַנדל און רייזן דורך די עזה גרעניץ.

א גרויסע עסקאלאציע איז פארגעקומען מאי 2021. וואכן פון זודיגע שפּאַנונגען אין ירושלים האָבן זיך איבערגעקאָכט ווען דער סופּרים געריכט פון מדינת ישראל האט געזאלט פאַראורטיילן אויף די אַרויסטרייבונג פון צענדליגער פּאַלעסטינער איינוואוינער אין דעם ירושלימער קוואַרטאַל פון שייח דזשאראח. קאנפראנטאַציעס צווישן די מדינת ישראל פּאָליציי און די פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַנטן האָבן געבראַכט כאַמאַס צו שיקן ראַקעטן קיין ירושלים און טיילן פון דרום מדינת ישראל; מדינת ישראל האָט רעאַגירט מיט לופט אטאקעס אין עזה פּאַס.

אום אָקטאָבער 7, 2023 - שמיני עצרת ה'תשפ"ד האָט חאַמאַס אָנגעהויבן אַ קאָאָרדינירטן לאַנד, ים און לופט אַטאַקע וואָס האָט איבערראַשט מדינת ישראל. אמווייניגסטנס 1,200 ישראלים, ציווילע און סאלדאטן, זענען אומגעקומען אין די אטאקעס — דער טויטליכסטער טאג פאר מדינת ישראל זינט איר אומאפהענגיקייט — און אומגעפער 250 זענען געפאנגען געווארן אלס משכונות. דער ענטפער פון מדינת ישראל האָט געפירט צו הונדערטער טויטע אינעם עזה פּאַס אין דעם זעלבן טאָג. דעם אנדערן טאג האט מדינת ישראל דערקלערט מלחמה, צום ערשטן מאל זינט דער יום כיפור מלחמה אין 1973, מיט'ן ציל צו אויסמעקן חאמאס.

געאגראפיע

די עזה פאס איז א שמאל-לענגליכע לאנד־פַּאס ביים ים־ברעג פון מיטלענדישן ים. עס ציט זיך 25 מייל (40 קילאמעטער)* אין די לענג, און 3.7–7.5 מייל (6.0–12.1 קילאמעטער)* ברייט. עס טיילט מיט א 32 מייל (51 קילאמעטער)* גרעניץ מיט מדינת ישראל אין צפון און מערב, און 7 מייל (11 קילאמעטער)* מיט עגיפטן אין דרום. די טעריטאריע איז איינגעטיילט אין פינף אדמיניסטראטיווע גובערניעס, פון צפון צו דרום: צפון עזה, עזה גובערניע, דיר אל-באלאח, חאן יונעס, און רפיח אין דרום.

טאפאגראפיש איז די עזה פאס צוזאמגעשטעלט פון דריי בערגל־קייטן (Ridges) ביים ברעג, וואס באשטייען פון אלטע ווינט-געשאפענע זאמדשטיינער, צעטיילט דורך "וואדי" טייכלעך. אין אלגעמיין איז עזה א רעלאטיוו פלאכער ברעג־פּלוין מיט זאמד דונעס (טרוקענע זאמד בערגלעך) ביי די ברעגעס.

קלימאט

טעמפּעראַטורן זענען דורכשניטליך אין די מיטעלע 50ער °F (אומגעפער 13 °C) אין די ווינטער און אין דער העכערע 70ער צו נידריגע 80ער °F (מיטעלע צו העכערע 20ער °C) אין זומער. די געגנט באקומט א דורכשניט פון ארום 12.5 inches (320 milliמעטער)* פון רעגן יערליך.

עקאנאמיע

די לעבנס באדינגונגען אין עזה פאס זענען טיפּיש אָרעם צוליב א צאָל סיבות: דער ענג־געדעכטע און שנעל־וואקסנדע באַפעלקערונג פונעם געגנט (די געגנט'ס וואוקס ראַטע איז איינער פון די העכסטע אין דער וועלט); אומצופרידנשטעלנדע וואַסער, אָפּגאַנג און עלעקטרישע באַדינונגען; הויכע ראַטעס פון אַרבעטסלאָזיגקייט; און, פון סעפטעמבער 2007, סאנקציעס וואס מדינת ישראל האט ארויפגעלייגט אויף דעם ראיאן.

אגריקולטור איז די עקאנאמישע הויפטשטיצע פון דער ארבעטנדע באפעלקערונג, און כמעט דריי פערטל פון דער ערד שטח איז אונטער קולטיוואציע. די הויפּט גערעטעניש, ציטרוס פרוכט, ווערט אנגעבויט אויף באוואסערטע ערד און איז עקספּאָרטירט צו אייראָפּע און אנדערע מארקפלעצער אונטער אראנזשירונג מיט מדינת ישראל. טראָק פלאַנצן, ווייץ און אייליבירטן ווערן אויך אנגעבויט. לייכטע אינדוסטריע און האנטווערק זענען צענטרירט אין עזה, די הויפּט־שטאָט פון דער געגנט.

אין פּאָליטיש סטאַבילע צייטן, טוען אַזוי פיל ווי אַ צענטל פון די פּאַלעסטינער באַפעלקערונג רייזן טעגליך קיין מדינת ישראל (וואו זיי זענען נישט ערלויבט צו בלייבן איבער נאַכט) צו אַרבעטן אין איינפאכע דזשאבס. פאליטישע שפּאַנונג און אויסברוכן פון געוואַלדטאַטן האָבן אָפט געפירט דערצו אז די מדינת ישראל אויטאריטעטן זאל פאַרמאַכן די גרעניץ פאַר לענגערע צייט־אפּשניטן, מאכנדיג פילע פּאַלעסטינער אַרבעטסלאָז. אלס רעזולטאט איז צושטאנד געקומען א בליענדע שמאָגלונג אינדוסטריע, באזירט אויף א נעץ פון אונטערערדישע טונעלן וואס פארבינדן טיילן פון עזה פאס מיט די דערנעבנדע עגיפטן. די טונעלן האבן צוגעשטעלט פאר פאלעסטינער צוטריט צו סחורות ווי שפייז, ברענשטאף, מעדיצין, עלעקטראניקס און וואפן.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אבשלום שמואלי, יהודה גרדוס (ע), ארץ הנגב אדם ומדבר, הוצאת משרד הביטחון, 1979, עמ' 369–370.
  2. James Kraska, "Rule Selection in the Case of Israel's Blockade of Gaza:Law of Naval Warfare or Law of Sea?", M.N. Schmitt, Louise Arimatsu, Tim McCormack (eds.,) Yearbook of International Humanitarian Law, Springer Science & Business Media, עמ' 367–395, 387.
  3. י ז לוריא, אמר־קה תובעת: עקבה לערבים, משמר, נאוועמבער 19, 1947.
  4. Benny Morris, 1948: a history of the first Arab-Israeli war, Yale University Press, 2008, עמ' 47,מסת"ב 978-0-300-12696-9.
  5. אברהם סלע, משה מעוז, ב"ז קדר (ע), הערבים הפלסטינים במלחמת 1948, הוצאת משרד הביטחון, 1996, התנועה הלאומית הפלסטינית: מעימות להשלמה, עמ' 115–203.
  6. Oren, Michael, Six Days of War: June 1967 and the Making of the Modern Middle East. NY: Oxford University Press, 2002, p. 253.