רוי:מאנטיפיארע ווינטמיל

פון המכלול
ווערסיע פון 10:28, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

די ווינט מיל

די מאָנטיפיאָרי ווינטמיל קעגן איבער די מויערן פון דער אלט-שטאט ירושלים איז א פרעכטיגע פיר־שטאקיגע ווינטמיל וואס איז געבויט געווארן אין יאר 1857 דורך דעם לעגענדארן עסקן, שתדלן און פילאנטראפ שר משה מאָנטיפיאָרי .

היסטאריע

שר משה מאָנטיפיאָרי האט באזוכט זיבן מאל אין ארץ ישראל, ווען ביי יעדן באזוך האט ער באוויזן נאך עפעס אויפצוטון פאר זיינע אידישע ברידער. ער האט געהאלפן רייניגן דעם כותל המערבי, איבערבויען קבר רחל און אויפבויען צענדליגע היימישע געגנטער פאר די ירושלימער אידן.

די ירושלימ'ער אידן האבן זיך אין יענער תקופה געפינען אין א שרעקליכע ארעמע צושטאנד, ווואוינענדיג נאר אינעם חומה, אין אלט שטאט, אונטער דער טערקישער מלוכה און אראבישע הערשאפט. עס האט דאן געבוזשעוועט פארשידענע קרענק, און די אראבער האבן געבעטן אסאך געלט פאר די אידישע דירות.

משה מאָנטיפיאָרי האט צוגעזען די ביטערע מצב און האט געוואלט לינדערן אביסל די דחקות, האט ער נאך שווערע שתדלנות ביי די איסטאנצן געלונגען אפצוקויפן א באדן אינדערויסן פונעם חומה, נישט ווייט פון שער יפו, וואו ער האט פרובירט אויפצושטעלן א שפיטאל פאר די קראנקע אידן, אבער ווען די שפיטאל האט זיך נישט אויסגעארבעט האט מען זי פרובירט צו פארוואנדלען אין א אידישן יישוב. ער האט אויפגעבויט עטליכע דירות וואס איז געווען באשטימט פאר תלמידי חכמים און ארעמלייט, די געגנט איז גערופן געווארן משכנות שאננים.

צווישן אנדערע האט רבי משה אויפגעשטעלט א ווינטמיל וועלכע זאל דינען אלס א מקור פון וואו די ירושלימ'ער אידן זאלן קענען מאכן פרנסה.

די ווינטמיל, האט אבער נישט געהאט קיין דערפאלג, צוליב די שוואכע ווינטן אין ירושלים האט די מיל נישט געמאלן די גאנצע צייט. קוים עטליכע טעג א יאָר איז געווען גענוג שטארקע ווינטן אז די מיל זאל ארבעטן געהעריג.

אלנפאלס, האט די מיל געדינט פאר עטליכע יאר ביז עס ארויסגעקומען נייע טעכנאלאגיע. מילן האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף קוילן. די מיל איז דאן פארנעכלעסיגט און נאכגעלאזט געווארן, פירנדיג עס זאל ארויסגיין פון באניץ און צובראכן ווערן.

היינט צוטאגס

אין לויף פון די יארן איז די מיל עטליכע מאל פארראכטן און צובראכן געווארן. נאך דער זעקס-טאגיגער מלחמה האט מען עס ווידעראמאל באנייט, און עס דינט היינט צוטאגס אלס א מוזעאום. טראצדעם וואס די מיל האט נישט עכט אויפגעטון איר ציל, דינט עס נאך היינט אלס א סימבאל פון חסד און צדקה.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!