רוי:ים-רויבעריי

פון המכלול
ווערסיע פון 10:18, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די דזשאָלי ראָדזשער פאָן

ים-רויבעריי איז א פארברעך וואס ווערט אויסגעפירט אויף שיפן אינעם ים. ים-רויבערס ווערן אויך גערופן פּיראַטן. געווענליך האבן זיי קליינע און שנעלע שיפלעך. זיי ניצן אזעלכע שיפלעך צו אַטאַקן שיפן, געווענליך גרויסע לאַסט-שיפן.

שוין זינט אז שיפן האבן ערשט געפאָרן אינעם ים זענען דא געווען פּיראַטן. אוראלט עגיפטן און גריכנלאנד, די רוימער, קעניגן אין דער מיטל אלטער און די בריטישע אימפעריע האבן געליטן פון פּיראַטן. א מאל איז דער קאַמף קעגן פּיראַטן געווען איינער פון די מערסט וויכטיגע ראלעס פון א פלאָט.

מאדערנע צייטן

ים-רויבעריי ערשיינט נאָך א סך מאָל היינט אין דער אַדען איינגאס, בפרט דורך סאָמאַלישע פּיראַטן. מאדערנע פּיראַטן געווענליך שטייגן אויף שיפן צו רויבן געלט. ביי צייטנס קענען זיי מאָרדן דער מאַנשאַפט אדער האַלטן זיי פאַר אויסלייז-געלט. אויף ווייניקע פאַלן קענען זיי אויך באהערשן די שיף און פאַרקויפן איר לאַסט.

די לאַסט-שיפן וואס פאָרן אין די אָקעאַנען זענען ריזיק. געווענליך האָבן זיי זייער קליינע מאַנשאַפטן. ווייל די שיפן זענען ריזיק, זיי אפט טראגן א סך געלט אין דער סייף פונעם שיף. דאָס געלט ווערט באנוצט צו צאָלן דער מאַנשאַפט, און אויך צו צאָלן שטייערן צו בלייבן אין א פּארט אדער פאָרן דורך א קאַנאַל.

דרויסנדיגע לינקס


Stub general.png דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!