רוי:כמעלניק

פון המכלול
ווערסיע פון 10:07, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
כמעלניק
Chmielnik
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע פאר 1241
קאָאָרדינאַטן 50°37′N 20°45′E / 50.617°N 20.750°E / 50.617; 20.750 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט שווענשטאקזשיציע
שטח 7.9 קוואדראט ק"מ
הייך 240 מעטער

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

4,005‏  (שטייענדיג 2012)
510 באוואוינער א ק"מ2
www.chmielnik.com

כמעלניק (פּויליש: Chmielnik; רוסיש: Хмельник) איז א שטעטל אין קיעלצער גראפנשאפט, דרום־מזרח פוילן מיט 4,304 איינוואוינער (2012). עס געפינט זיך אין דער שווענשטאקזשיצער וואיעוואדעשאפט (זייט 1999). פונעם 15טן יארהונדערט ביז 1795 איז עס געווען אין דער צויזמירער וואיעוואדעשאפט פון קליינפוילן. פון 1867 איז די שטאט געווען אין דער קעלצער גובערניע.

היסטאריע

דאס שטעטל ווערט דערמאנט אין דאקומענטן וועגן דעם קאמף פון כמעלניק אין 1241, און האט באקומען שטאט רעכטן אין 1541. אינעם 16טן און 17טן יארהונדערט איז כמעלניק געווארן געווען א צענטער פון די פוילישע פראטעסטאנטן.

די אידישע קהילה פון כמעלניק איז גאר אלט; עס זענען דא יידישע מצבות פונעם 13טן יארהונדערט.

אין 1900 איז די צאל אידן געווען נאר 5,671 מענטשן.[1] צווישן די צוויי וועלט-מלחמות האט כמעלניק געהאט א אידישע באפעלקערונג פון בערך 6,000 נפשות, 80% פון דער שטאט

מצבות אינעם כמעלניקער בית עולם

די דייטשן האבן אקופירט דאס שטעטל דעם 5טן סעפטעמבער 1939 און גענומען מער ווי 70 פון די אנגעזעענער פון דער קהילה אריין אין שטאטישן בית מדרש, און האבן זיי פארברענט לעבעדיגערהייט. אין אפריל 1941 האבן זיי אויפגעשטעלט א געטא אין שטעטל וואו זיי האבן קאנצענטרירט אלע אידן. מ'האט געברענגט נאך און נאך אידן אין דער געטא ביז אין דעצעמבער האבן געוואוינט דארט 9,000 אידן. צוליב די שווערע תנאים פון געזונט אין דער געטא זענען א סך אידן אומגעקומען פון טיפוס.

נאך דער מלחמה זענען צוריקגעקומען צום שטעטל 40 פליטים, וואס זענען אדורך די מלחמה יארן טיף אין ראטן-פארבאנד. נאך אנטי-סעמיטישע אטאקעס פון די לאקאלע פאלאקן, כולל דאס מארד פון צוויי אידן אין אויגוסט 1945, האבן זיי אלע פארלאזט דאס שטעטל.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. "כמעלניק", אויף "JewishGen" (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!