רוי:אנא מארגאלין

פון המכלול
ווערסיע פון 09:02, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אנא מארגאלין
געבורט 1887
בריסק
פטירה 1952 (אלט: 65 בערך)
ניו יארק
שם לידה רויזע לעבנסבוים
שפות היצירה אידיש

אַנאַ מאַרגאָלין איז דער פּעננאָמען פון רויזע האַרנינג לעבנסבוים (18871952), אַ אידיש־שפּראַך שרייבערין. זי האט געשריבן זשורנאליזם, קריטיק, און פיקציע, אבער איז דאס מערסטע באקאנט צוליב איר דיכטונג.

אַנאַ מאַרגאָלין איז געבוירן געוואָרן אין בריסק, רוסישער אימפעריע (היינט בעלאַרוס), אין 1887, צו מנחם לעבנסבוים און זיין ווייב דבורה לאה (ראזנבלום). איר טאַטע איז קודם געווען אַ חסיד, און שפּעטער אַ משכיל און ציוניסט. אַנאַ האָט זיך געלערנט וועלטליכע שטודיעס און העברעאיש. זי איז צום ערשטן מאָל געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1906 און האָט דארט געוואוינט נאָך 1913. דאָרט האָט זי געשריבן דאָס רוב פון איר פּאָעזיע. אַנאַ מאַרגאָלין איז געווען פאַרבונדן סיי מיט דער פּאָעט גרופּע ″די יונגע″ און סיי מיט די אַנדערע פּאָעטן אין ניו־יאָרק, ″אין זיך″.

אין איר לעבן איז אַרויסגעקומען נאָר איין בוך פון אירע לידער, וואָס הייסט סתם ″לידער″ (1929). אין 2008 האט שירלי קומאָווע איבערגעזעצט אַלע אירע פּאָעזיע אויף ענגליש אין אַ נייע בוך, ″Drunk from the Bitter Truth″, וואָס האָט אַלע לידער פון ″לידער″ און נאָך לידער וואָס זענען פריער קיינמאָל נישט ארויסגעגעבן געווארן.

איר דריטער מאן איז געווען ראובן אייזלאנד.

אַנאַ מאַרגאָלין איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1952.

דרויסנדיגע לינקס

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!