רוי:רבי יהודה אריה לייב אלטער

פון המכלול
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יהודה אריה לייב אלטער (א' אייר ה'תר"ז 1847 - ה' שבט, ה'תרס"ה 1905) איז געווען גערעררבי, און דער מחבר פון די ספרים שפת אמת עה"ת און אויך חידושים אויף ש"ס און יורה דעה, וואס זענען ברייט אנגענומען אין רוב יידישע קרייזן. אונטער זיין פירערשאפט איז גער געווארן דאס צענטראלע חסידות אין קאנגרעס פוילן.

משפחה

דער שפת אמת האט חתונה געהאט מיט יוכבד רבקה קאמינער, א טאכטער פון רבי יודל קאמינער פון כענטשין. זייערע קינדער:

  • רבי אברהם מרדכי (תרכ"ו-תש"ח), דער "אמרי אמת", גערער רבי און נשיא פון דער מועצת גדולי התורה
  • יצחק מאיר, נפטר געווארן יונגערהייט
  • משה בצלאל (תרכ"ט - תש"ב), איידעם ביי זיין פעטער שמעון חיים אלטער
  • מרת אסתר, ווייב פון הרב יעקב מאיר בידערמאן
  • נחמיה (ח' אב ה'תרל"ה - כ"ב תמוז ה'תש"ב)
  • רבי מנחם מענדל אלטער, רב פון פאבעניץ
  • חנוך חיים, נפטר געווארן יונגערהייט
  • די ווייב פון הרב הירש היינעך לעווין, בענדינער רב
פריערדיגער:
הרב רבי יצחק מאיר אלטער
"חידושי הרי"ם"
דער גערער רבי נאָכפאלגער:
הרב רבי אברהם מרדכי אלטער
"אמרי אמת"
Shtreimel2017.jpg דער ארטיקל בנוגע חסידות איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!