דרעפט:רבי יהודה אריה לייב אלטער
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי יהודה אריה ליב, ר' אברהם מרדכי אלטער'ס זון און דעם "חידושי הרי"מ'ס" אייניקל איז געבוירן געווארן דאנערשטאָג ניין און צוואנציג טאג אין דעם חודש ניסן, ערב ראש חודש אייר אין דעם יאר תר"ז, אין ווארשע. צו אכט יאר איז זיין פאטער אים אפּגעשטארבן. זיין גרויסער זיידע, זיין פאטער'ס פאטער, דער "חידושי הרי"מ" האט אים ערצויגן.
שוין אין זיין גאר אינגער יוגנט האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט א שטארקן ווילן צו לערנען, און ער פלעגט פארברענגען די נעכט ווי די טעג אין לערנען. דער "חידושי הרי"ם" פלעגט שטאלצירן מיט זיין גערוטן אייניקל, און ער פלעגט ווייזן זיינע נאנטע ווי זיין אייניקל זיצט און לערנט "תורה לשמה". צו צוועלף יאר איז ער געווארן דער חתן פון ר' יודיל קאַמינער'ס טאָכטער.
צו צוועלף יאר האט דער "חידושי הרי"ם" אים אויסגעלערנט אלע הלכות וועגן טרפות לויט קבלה. צו דרייצן יאר האט ער געוויסט דריי הונדערט טייטשן אויפן פּסוק "שמע ישראל". צו פופצן יאר, אין תרכ"ב, האט ער חתונה געהאט.
נאך דעם "חידושי הרי"מ'ס" פּטירה האבן זיינע חסידים געוואלט אז זיין ניינצן יאריג אייניקל "שפת אמת" זאל איבערנעמען די גערער קרוין. ער האט, אבער, צוריקגעוויזן זייער פארלאנג, און ער אליין פלעגט פארן צום אלעקסאנדערער רבי'ן רבי חנוך העניך, גלייך מיט אלע חסידים. נאכ'ן אלעקסאנדערער רבין'ס פּטירה אין דעם יאר תר"ל, זענען די חסידים ווידער צוגעטרעטן צו אים ער זאל איבערנעמען די פירערשאפט, און דאס מאל האט ער ערפילט זייער פארלאנג. זיין קלוגשאפט, זיין טיף פארשטענדניש פאר דעם מענטשענ'ס פּראבלעמעס, זיין אנגענעמע באציאונג צו מענטשן, זיין גרויס לומדות און זיין דרך אין חסידות האבן געצויגן צו אים טויזענטער מענטשן. און אונטער זיין פינף און דרייסיג יאריגער פירערשאפט איז דער גערער הויף געגאנגען מחיל אל חיל, געשטיגן צו א קאלאסאלער הויך, צו פענאמענאלער בארימקייט.
זיין "לקוטים על תורה", זיין "שפת אמת" אויף תורה, תהלים, הגדה, פּרקי אבות, די סדרים מועד און קדשים פארנעמען א הויך ארט אין דער לומד'ישער ליטעראטור. זיינע ספרים טראגן דעם נאמען "שפת אמת", ווייל די לעצטע ווערטער וועלכע ער האט אנגעשריבן א פּאר טעג פאר זיין פּטירה זענען געווען "שפת אמת תכון לעד", די ליפּ פון אמת וועט באשטיין אויף אייביג (משלי יב, יט).
דער "שפת אמת" איז נפטר געווארן אין גער פינף טאג אין שבט, אינעם יאר תרס"ה, אינעם עלטער פון אכט און פופציג יאר. זיין עלצטער זון רבי אברהם מרדכי (געבוירן אין גער ז' טבת, תרכ"ו, נפטר געווארן ו' סיון, ערשטער טאג שבועות, תש"ח, אין ירושלים), איז געווארן זיין נאכפאלגער, און איז געווארן בארימט אלס "גערער רבי". און עס איז כדאי צו באמערקן אז דער גערער רבי האט אמאל געזאגט צו זיין ברודער ר' משה בצלאל: דעם טאטענ'ס לעבן איז געווען קורץ אין יארן אבער לאנג אין טעג. נעמליך, ער האט פארבראכט די נעכט ווי די טעג אין תורה ועבודה.
אגב'דיגס: דער "שפת אמת" איז אמאל געזעסן מיט זיין חבר א גאנצע נאכט און זיי האבן געלערנט. ערשט פארטאג האט ער זיך צוגעלייגט שלאפן. ווען זיין זיידע דער "חידושי הרי"ם" האָט דערזען אין דער פרי אז דאס אינגל שלאפט נאך, האט ער אים אויפגעוועקט, און אים אויסגע'מוסר'ט פאר שלאפן אַזוי שפּעט, בעת ער וואלט שוין געווען בעדארפט האבן אפּגעלערנט א פּאר שעה ביז איצט. דאס אייניקל האט אויסגעהערט דעם זיידענ'ס האַרבע רייד. און נאָכדעם ווי דער זיידע האָט געענדיגט, האָט ער געענטפערט מיט גרויס באַשיידענקייט אַז ער האָט געלערנט אַ גאַנצע נאַכט, און אַז ער האָט זיך צוגעלייגט ערשט מיט אַ שעה צוריק. האָט דער זיידע זיך אָנגערופן: "סטייטש, פאַר וואָס האָסטו ניט באַלד מיר געזאָגט, וואָלט איך דאָך געווען פאַרשפּאָרט דיך צו מוסר'ן אומזיסט און אומנישט". האָט דאָס אייניקל געענטפערט אים: אין דער סדרה מטות ווערט געזאָגט אַז ווען די בני גד און די בני ראובן האָבן געוואָלט דעם עבר הירדן, האָט משה זיי דערלאַנגט אַ גרויסע פּאָרציע מוסר "האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פּה". וואָס מיינט איר עס עפּעס, אייערע ברידער וועלן פירן מלחמה, און איר וועט זיך זיצן אָט דאָ! נאָכדעם ווי משה האָט געענדיגט דאָס זאָגן מוסר, איז "ויגשו אליו ויאמרו … ואנחנו נחלץ חושים לפני בני ישראל"[1], האָבן זיי געזאָגט אים: מיר וועלן זיין די ערשטע צו קעמפן פאַר די אידן. איז דאָך די קשיא, אַז ווי באַלד זיי האָבן געהאַט אין זינען צו זיין די ערשטע צו קעמפן פאַר דעם לאַנד ישראל, פאַר וואָס זשע האָבן זיי באַלד נישט געזאָגט עס משה'ן. זיי וואָלטן דאָך געווען איינגעשפּאָרט אים צו שטראָפן זיי מיט די שטרענגסטע ווערטער. נאָר דער תירוץ איז, אַז ווען משה רבינו האָט אָנגעהויבן צו מוסר'ן זיי, איז געווען זיי אַ שאָד איבער צו שלאָגן זיינע רייד. זיי האָבן געוואָלט הערן וואָס מעהר מוסר…
ר' שמעון האָט געוואלט זיך משדך זיין מיט זיין ברודער דעם "שפת אמת", האט ער פּרובירט אליין רעדן מיט אים. האט דער "שפת אמת" געענטפערט אים דאַרויף: אַזוי ווי עס איז אַ שידוך אָהן אַ שדכן, האָט ער מורא אַז עס וועט ווערן גאָרנישט דערפון. וואָרום אַזוי געפינען מיר אויך ביי קבלת התורה. דער אויבערשטער האָט גע'שדכן'ט די אידן די תורה דורך אַ מעקלער, דורך אַ שדכן, משה רבינו, איז דער שידוך געקומען צו שטאַנד. דאַגעגן צו די אומות העולם, צו די פעלקער פון דער וועלט איז ער געגאַנגען אַליין אָהן אַ שדכן אָנביטן זיי די תורה, האָט זיך טאַקע אויסגעלאָזט גאָרנישט דערפון.
- ↑ במדבר לב, פסוקים ו, טז, יז.