רוי:רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים
געבורט ו' סיון ה'תקצ"ו
טויט כ"ט שבט ה'תרס"ד (אלט: 67)
מצבה רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים

רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים, אויך געשריבן רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים, (ו' סיון ה'תקצ"ו - כ"ט שבט ה'תרס"ד), רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער "קדושת יום טוב".

אפשטאם

רבי חנניה יו"ט ליפא איז געבוירן צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער "ייטב לב", א זון פון הרב רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער "ישמח משה", און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא.

רבנות

אין יאר ה'תרכ"ד איז רבי חנניה יו"ט ליפא אויפגענומען געווארן אלס רב פון טעטש, ער איז געווען דארט רב ניינצן יאר. אין יאר ה'תרמ"ג האט ער איבערגענומען דאס רבנות און רביסטעווע פון סיגעט.

ספרים

קדושת יום טוב - זיינע דברי תורה, געדרוקט צום ערשטן מאל אין יאר ה'תרס"ה א יאר נאך זיין פטירה.

הסתלקות

רבי חנניה יו"ט ליפא איז נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרס"ד.

פאמיליע

רבי חנניה יו"ט ליפא האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנשה רובין, רב אין ראפשיץ.

בזיווג שני האט ער געהייראט (מיט א היתר מאה רבנים) מרת חנה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יואל אשכנזי רב אין זלאטשעוו, א זון פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:

ממלא מקומו

נאך דער פטירה פונעם קדושת יו"ט אין יאר תרס"ד, האט זיין עלצטער זון רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער עצי חיים ממלא מקום געווען, דער עצי חיים איז געווען דער פאטער פונעם לעצטן סאטמארער רבי ר' משה טייטלבוים זצ"ל נפטר תשס"ו. ווען דער עצי חיים איז אין יונגען עלטער פון 46 פלוצלינג נסתלק געווארן האט זיין זון רבי יקותיאל יהודה הי"ד, וואס איז נאך דעמאלטס געווען א בחור פון 14 יאר, ממלא מקום געווען דאס רבנות אין סיגעט. ער איז געווען דארט רב ביז דער דעפארטירונג, אייר תש"ד.

רעפערענצען

  • לוי גראסמאן (תש"ג). שם ושארית. {{cite book}}: Check date values in: |year= (help)
  • יצחק אלפסי (תשנ"ה). החסידות מדור לדור. מכון דעת יוסף. {{cite book}}: Check date values in: |year= (help)
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!