עליע פאלקאוויטש

פון המכלול
ווערסיע פון 12:03, 1 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון ענגליש וויקי)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אלי פאלקאוויטש (18981979) איז געווען א בעלארוסיש-אידישער יידיש לינגוויסט[1][2]. ער האט באקומען דעם "ארדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק.

יונגע יארן

געבוירן אין האמעל אין דער מאהילעווער גובערניע פון רוסישן אימפעריע (היינט בעלארוס), האט פאלקאוויטש דארט געוואוינט ביז צו די ניינצן יאר אלט[1]. אין די יארן 1917 און 1918, איז ער געווען דער שולע-פירער פון א אידישע שולע אין סאראפול[1]. דערנאך האט ער זיך צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין קיעוו, וואו ער איז געווען דער פארוואלטער פון א קינדער-קלוב אין די יארן 1918 און 1919, איידער ער איז געווארן א קולטור-ארבעטער פאר דער רויטער ארמיי אין די יארן 1920 און 1921[1].

מיטעלע יארן

נאכן לערנען אין דער מאסקווער שטאט אוניווערזיטעט אין די יארן 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש שפעטער געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג[1]. דערנאך האט פאלקאוויטש געארבעט אלס א לעקטאר אויף יידישער לינגוויסטיק ביי דער צווייטער מאסקווער שטאט-אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאסקווער לערער-בילדונג אינסטיטוט) און ביי דער קאמוניסטישער אוניווערזיטעט פון די מערב-מינאריטעטן[1]. פאלקאוויטש, צוזאמען מיט אייזיק זארעצקי, איז געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, גראמאטיק, סטיל, און אויסלייג[1]. נאכן פארטיידיגן דאס לערנען פון חומש און די ווערק פון חיים נחמן ביאליק און שלום אש, האט פאלקאוויטש צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס אין יאר 1937[1].

שפעטערע יארן

פאלקאוויטש האט זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אין דער רויטער ארמיי און געארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ראטעווענדיג די לעבנס פון 88 פארוואונדעטע מענטשן אין איין שלאכט, און דערפאר באקומען דעם "ארדן פון לענין"[1]. נאך דער מלחמה איז פאלקאוויטש געווען דער הויפט רעדאקטאר פון דער מאסקווער יידישער פארלאג "אמת" ביז עס איז ליקווידירט געווארן אין יאר 1948[1]. אנהייבנדיג פון יאר 1961, האט פאלקאוויטש געהאלפן פארמירן א רעווידירטע יידישע אויסלייג[1]. דערצו האט פאלקאוויטש אויך פארעפנטליכט צוויי גראמאטישע סקיצן פון יידיש, איינס אין א מאנאגראפיע וועגן סאוויעטישע נאציאנאלע שפראכן (1966) און די אנדערע (נאך זיין פטירה) אלס א צוגאב צו א רוסיש-יידיש ווערטערבוך (1984)[3]. פאלקאוויטש איז געשטארבן אין יאר 1979 אין עלטער פון אכציג אדער 81 יאר[1].

רעפערענצן

  1. 1.00 1.01 1.02 1.03 1.04 1.05 1.06 1.07 1.08 1.09 1.10 1.11 "YIVO | Falkovitsh, Elye". Yivoencyclopedia.org. Retrieved 2016-05-01.
  2. "Archive of Eliyahu Falkovitsh – Author and Yiddish Linguist – Russia | Kedem Auction LTD". Kedem Auction House. Retrieved July 12, 2019.
  3. Nath, Holger (December 2009). "The Passive in Soviet Yiddish" (PDF) (in English). Center for Language and Cognition Groningen. pp. 182–199. Archived from the original (PDF) on 2016-08-12. Retrieved 2016-05-09.{{cite web}}: CS1 maint: unrecognized language (link)
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון ענגליש וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער