רוי:ימים נוראים

פון המכלול
ווערסיע פון 01:56, 25 יוני 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ימים נוראים - איו אידיש: "פארכטיגע טעג", דאס זענען טעג וואס הויבן זיך אן ראש השנה און ענדיגן זיך יום כיפור, לויט טייל איז דאס פון דעם ערשטן טאג סליחות ביז נאך הושענא רבה, אנדערע גייען נאך ווייטער און זאגאר פון ראש חודש אלול ביז נאך שמחת תורה רופן זיי שוין "ימים נוראים".

ימי הדין

פון וואס פארכט מען? אין די טעג פון ראש השנה ביז יום כיפור ווערט דורך גאט אפגעשריבן וואס דעם מענטשן זאל טרעפן דורכאויס דעם צוקונפטיגן יאר.

דער משפט

ראש השנה ווערט אפגעשריבן וואס דעם מענטשן זאל טרעפן.

דער פסק דין

יום כיפור ווערט דאס אפגעזיגלט.

דער גזר דין

הושענא רבה ווערט איבער געגעבן די גזר דין צו די מלאכים וואס דארפן דאס אויס פירן.

אויספיר פון דעם גזר דין

שמחת תורה ווערן די מלאכים ארויס געשיקט אויף די מיסיע אויסצופירן די ענדגילטיגע באשלוסן.

דעריבער

דעריבער פארכטן רעליגיעזע אידן אין די טעג צוליב די אנגעצויגנקייט נישט וויסנדיג וואס וועט זיי בעשערט ווערן דורך גאט אויף דעם צוקונפטיגן יאר.

דער לעהזונג

ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה מיט די פארכט? אין די רעליגיעזע קרייזן איז אנגענומן זיך בעשעפטיגן אין די טעג מיט מצוות און מעשים טובים (פאזיטיווע אקטן), און זיך צוריק האלטן מיט מער דרייסט פון טון עבירות (בייזוויליגע אקטן) חלילה. אויך בעשעפטיגט מען זיך זעהר מיט די פאלגענדע דריי זאכן: 1. תשובה 2. תפילה און 3. צדקה.

רעזולטאט

לויט די אידישע גלויבונג, דער וואס זיינע גוטע אקטן טוען איבערוועגן זיינע בייזוויליגע, איז פערזיכערט אין איין גליקליך יאר. דאגעגן ווער נישט - נישט.

די וואס זייערע גוטע אקטן זענען איבערוויעגענד שוין באלד אין "ראש השנה", די ווערן זאפארט פערשריבן אויף א גליקליך יאר. אנדערע גיבט גאט צייט ביז "יום כיפור", און לויט די זוהר ביז "הושענא רבה" אדער "שמחת תורה" צו פערבעסערן זייער "רעקארד" און זוכה זיין צו א גוט יאר.

צדיקים

די חסידישע טעאלאגיע לויטעט, אז געפונענדיג זיך אונטער די שאטן פון א צדיק אמת, איז אויך א סגולה צו ווערן פארשריבן אויף איין גליקליך יאר.

דעריבער פירן זיך חסידים צו פארן צו זייערע רבי'ס אין לויף פון די "ימים נוראים" איין אדער מערערע מאל.

זעה אויך

https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/795d4604-7f4f-4040-94cf-8be715c55615/


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!