רבי חיים לייב כ"ץ
ביי אפיית מצות | |
געבורט |
כ"א אדר ת"ש מאקאווא |
---|---|
וואוין אָרט | בארא פארק |
תחומי עיסוק | א רב אין א מנהיג עדה |
ספרים | נחלי בינה, וזרעם לפניך יכון אין נאך |
רבי חיים יהודה לייב הכהן כץ, (ווערט גערופן" "רבי חיים לייב") (געבוירן כ"א אדר ת"ש) איז דער סעהרדעלי רב, פון די אנגעזעיינע רבנים און פוסקי הלכה אין שטאט בארא פארק, א מחבר פון א רייע ספרי הלכה.
לעבנס געשיכטע
ער איז געבוירן אין שטאט מאקאווא צו יין פאטער רבי יהושע, וואס האט דעמאלס געדונט אלס א דיין אין שטאט, און איז שפעטער אויפגענומען אלס רב פון סהמבעטעלי.
א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אלס ראש כולל פאר סאטמארע יונגעלייט. מיט די צייט איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין מורה הוראה אינעם בעלזע בית מדרש אין בארא פארק.
אין די שפעטעריגע יארן האט ער מייסד געווען זיין בית מדרש אין קהילה "סעהרדעלי", אויף די 44'סטע גאס אין בארא פארק. היינט פארמאגט די קהילה, מוסדות החינוך, צווישן זיי א ישיבה גדולה אין א ישיבה קטנה אין בארא פארק.
זיין השפעה
דער רב איז באווסט אלס א גאון עצום בתורה אין א בקיא בהוראה, זייענדיג א פוסק הלכה בשער בת רבים, זיינע ספרים באשאנען די הלכה'דיגע וועלט, איבעראפט זיין באווסטן ספר "וזרעם לפניך יכון" וואס אנדלט אין די שווערע סוגיות פון פריה ורביה, דער רב איז א שארפען מתנגד פון "טיפולי פוריות", אין האט אויך ארויסגעטראטן קעגן געוויסע ארגענעזאצייעס וואס טוהן אין דעם נושא.
דער רב איז דער מכשיר פון די "בארא פארק'ער עירוב", אויף וואס גדולי הרבנים זענען ארויס קעגן דעם היתר, צווישן זיי דעם וועלט בארימטן פוסק רבי משה פיינשטיין, די בעלזער אין קלויזענבורג'ער חסידים אין בארא פארק זענען זיך יא סומך אויף זיין היתר.
זיינע ספרים
- נחלי בינה אויף מצות נטילת ארבעה מינים, ברוקלין, תשנ"א.
- נחלי בינה אויף ראש השנה, ברוקלין, תשל"ו.
- נחלי בינה אויף יום הושענא רבה אין אויף סדר הושענות, ברוקלין, תשנ"ב.
- נחלי בינה אויף די 4 טעג צווישן יום הכיפורים אין סוכות אין אויף מצות סוכה, ברוקלין, תשמ"ה.
- נחלי בינה אויף חודש אדר אין ד' פרשיות, אין א צווייטע דריק אויף ימי הפורים, ברוקלין, תשמ"ב.
- ויגד משה הלכות ליל הסדר, ברוקלין, תש"ם (צווייטע דריק - תשנ"ב).
- וזרעם לפניך יכון, לברר האיסורים החמורים והמכשולות הגדולות שכרוכים באופנים החדשים שהמציאו הרופאים להוליד, ברוקלין, תשע"ו.
קישורים חיצוניים
- ספר נחלי בינה על חודש אדר באוצר החכמה.
- ספריו באתר הספריה הלאומית.
- קביעת מזוזה למחנה סעהרדלי עם בני ישיבתו באתר בחצרות הקודש.