רבי אליעזר צבי סאפרין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאמארנא רבי
רבי אליעזר צבי סאפרין
זיין נייעם געבויטע ציון (צווייטע פון רעכטס) אינעם אוהל הקדוש אין שטאט קאמארנא
זיין נייעם געבויטע ציון (צווייטע פון רעכטס) אינעם אוהל הקדוש אין שטאט קאמארנא

רבי אליעזר צבי סאפרין (גערופן: רבי אליעזר'ל קאמארנער; ה'תק"צכ"ד אייר ה'תרנ"ח) איז געווען דער דריטער קאמארנער רבי, מחבר פון א ריי קבלה און חסיד'ישע ספרים, "דמשק אליעזר" און "זקן ביתו".

ביאגראפיע

רבי אליעזר'ל איז געבוירן אין שטאט סאמבור צו רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל און גיטל, א טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינשטעוו, א תלמיד פונעם , רבי'ן פון לובלין. אלס יונגערמאן האט ער זיך אריינגעלייגט אין קבלה, לערנענדיג אינאיינעם מיט זיין טאטן.

אין יאר תר"א האט ער חתונה געהאט מיט רעביצין חנה שרה (נפטר געווארן ב' שבט תר"נ), טאכטער פון רבי יוסף שעהנער, אן איידעם פונעם מגיד רבי מנחם מאניש פון דראהביטש, און אייניקל פונעם 'מגלה עמוקות'.

ער האט זיך מדבק געווען צו זיין פעטער רבי משה סאמבורער, בעל 'תפילה למשה', און צו זיין זון רבי יהודה צבי, דער ראזלאר רב בעל 'דעת קדושים', און צו זיין שוועסטער-קינד רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשויב.

ח' אייר תרל"ד, צוויי טאג איידער זיין טאטנ'ס פטירה, האט זיין טאטע איבערגעגעבן א צוואה פאר זיין רביצין חנה שרה, בנוגע די המשך ההנהגה: "מיין זון רבי אליעזר'ל זאל זיצן אויף מיין פלאץ, און ער איז ראוי צו ממלא מקום זיין און ממשיך זיין דעם שושלת הקודש, און מ'זאל אים אנטון מיט ווייסע קליידער, כמנהג תלמידי הבעל שם טוב".

נאך רבי אייזיקל'ס פטירה האבן די חסידים טאקע אויפגענומען רבי אליעזר'ל אלס רבי. אין אנהייב פון די הנהגה פלעגט ער געפארן צום צאנזער רב.

ער איז נסתלק געווארן כ"ד אייר ה'תרנ"ח און באגראבן געווארן לעבן זיין טאטנ'ס ציון אין דעם בית החיים אין קאמארנא.

ביים חורבן אייראפע איז דער בית החיים חרוב געווארן דורך די נאציס, און אין די תש"נ יארן איז בהשתדלות רבי משולם פייש לאווי, דער טאהשער רבי אויפגעבויט געווארן אן אהל מיט זיין מצבה, צוזאמען מיט די מצבות פון זיין טאטן, זיין זון רבי יעקב משה, און זיין אייניקל רבי ברוכ'ל קאמארנער.

נאך זיין פטירה האט ממשיך געווען די הנהגה זיין זון רבי יעקב משה.

זיינע קינדער

זיינע ספרים

צו ליינען מער

  • הרב ישראל פרנקפורטר, "שפע ברכה והצלחה", אין: שלשלת קאמארנא, עמ' קס"ב-ר"נ, ירושלים תשס"א.
  • יעקב הייזלר, אור מופלא במלאת מאה ועשרים שנה להסתלקותו, המבשר-תורני, בהר, י"ט אייר תשע"ח, זייטן ד-ז

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן