רבי אליעזר צבי סאפרין
זיין נייעם געבויטע ציון (צווייטע פון רעכטס) אינעם אוהל הקדוש אין שטאט קאמארנא |
רבי אליעזר צבי סאפרין (גערופן: רבי אליעזר'ל קאמארנער; ה'תק"צ – כ"ד אייר ה'תרנ"ח) איז געווען דער דריטער קאמארנער רבי, מחבר פון א ריי קבלה און חסיד'ישע ספרים, "דמשק אליעזר" און "זקן ביתו".
ביאגראפיע
רבי אליעזר'ל איז געבוירן אין שטאט סאמבור צו רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל און גיטל, א טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינשטעוו, א תלמיד פונעם , רבי'ן פון לובלין. אלס יונגערמאן האט ער זיך אריינגעלייגט אין קבלה, לערנענדיג אינאיינעם מיט זיין טאטן.
אין יאר תר"א האט ער חתונה געהאט מיט רעביצין חנה שרה (נפטר געווארן ב' שבט תר"נ), טאכטער פון רבי יוסף שעהנער, אן איידעם פונעם מגיד רבי מנחם מאניש פון דראהביטש, און אייניקל פונעם 'מגלה עמוקות'.
ער האט זיך מדבק געווען צו זיין פעטער רבי משה סאמבורער, בעל 'תפילה למשה', און צו זיין זון רבי יהודה צבי, דער ראזלאר רב בעל 'דעת קדושים', און צו זיין שוועסטער-קינד רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשויב.
ח' אייר תרל"ד, צוויי טאג איידער זיין טאטנ'ס פטירה, האט זיין טאטע איבערגעגעבן א צוואה פאר זיין רביצין חנה שרה, בנוגע די המשך ההנהגה: "מיין זון רבי אליעזר'ל זאל זיצן אויף מיין פלאץ, און ער איז ראוי צו ממלא מקום זיין און ממשיך זיין דעם שושלת הקודש, און מ'זאל אים אנטון מיט ווייסע קליידער, כמנהג תלמידי הבעל שם טוב".
נאך רבי אייזיקל'ס פטירה האבן די חסידים טאקע אויפגענומען רבי אליעזר'ל אלס רבי. אין אנהייב פון די הנהגה פלעגט ער געפארן צום צאנזער רב.
ער איז נסתלק געווארן כ"ד אייר ה'תרנ"ח און באגראבן געווארן לעבן זיין טאטנ'ס ציון אין דעם בית החיים אין קאמארנא.
ביים חורבן אייראפע איז דער בית החיים חרוב געווארן דורך די נאציס, און אין די תש"נ יארן איז בהשתדלות רבי משולם פייש לאווי, דער טאהשער רבי אויפגעבויט געווארן אן אהל מיט זיין מצבה, צוזאמען מיט די מצבות פון זיין טאטן, זיין זון רבי יעקב משה, און זיין אייניקל רבי ברוכ'ל קאמארנער.
נאך זיין פטירה האט ממשיך געווען די הנהגה זיין זון רבי יעקב משה.
זיינע קינדער
- זיין זון רבי מנחם מאניש סאפרין פון פעלשטין.
- זיין זון רבי אברהם מרדכי פון באריסלאוו-קאמארנא
- זיין זון און ממלא מקום רבי יעקב משה פון קאמארנא.
- זיין זון רבי פנחס נתן פון רידיק.
- זיין איידעם רבי יהודה צבי טויב פון ראזלא, אייניקל פון רבי אייזיקל קאלובער.
- זיין איידעם רבי משה משאץ.
זיינע ספרים
- דמשק אליעזר, א פירוש אויפ'ן זוהר הקדוש, זיבן בענדער.
- בן ביתי על התורה וחמש מגילות.
- בן ביתי אויף תהלים.
- זקן ביתו אויף פרקי אבות.
- אור עיניים מפתח אויף ענייני קבלה לויט'ן סדר א-ב, 2 חלקים. נייע מהדורה מיט הוספות פון כתב יד, תש"פ.
צו ליינען מער
- הרב ישראל פרנקפורטר, "שפע ברכה והצלחה", אין: שלשלת קאמארנא, עמ' קס"ב-ר"נ, ירושלים תשס"א.
- יעקב הייזלר, אור מופלא במלאת מאה ועשרים שנה להסתלקותו, המבשר-תורני, בהר, י"ט אייר תשע"ח, זייטן ד-ז
דרויסנדע לינקס
צווישן זיינע ספרים:
- דמשק אליעזר
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע חלק א', חלק ב - אליעזר צבי סאפרין (1830-1898), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק